top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ ביים סעודת ראש חודש מיט לומדי השיעור אין ביהמ''ד הגדול וויז'ניץ מאנסי

מונטאג פ' נשא א' - ב' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


נעכטן ראש חודש האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א אפגעראכטן א ספעציעלער סעודת ראש חודש במעון הקודש פון אדמור''י בית וויז'ניץ, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די לומדי השיעור פון הרבני החסיד ר' הערש אלימלך פיש מפארי חסידי וויז'ניץ מאנסי וואס ווערט איבערגעגעבן טעגליך אינעם ביהמ''ד הגדול 'לבוש מרדכי' וויז'ניץ אין מאנסי.


דער סעודה האט זיך פארצויגן עטליכע שעה בשמחה ודביקות, די ווזיניצער רבי האט משמיע געוועהן מדברות קדשו לכבוד הנאספים אין מכבד געוועהן הגאון רבי ישראל מיללער דומ''ץ וויז'ניץ אויפצוטרעטן מיט ווערטער, מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן דער מגיד שיעור הרב הערש אלימלך פיש.














Comentarios


bottom of page