מונטאג פ' בהר בחקתי - י"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט דאס יאהר ארויסגעשיקט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים צו פראווען דעם יום טוב ל"ג בעומר בקרב חסידי גור צווישן די שטעט אין ארץ ישראל און אין אמעריקא, ווי דעם רבנ'ס קינדער וועלן אפרעכטן די מעמדי הדלקות לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
בנו הגדול הרה"צ רבי אברהם מרדכי וועט אנצינדן די מדורה אין בית שמש פארנט פונעם בנין התלמוד תורה 'לב שמחה' אין שטאט.
הרה"צ רבי נחמי' אלתר וועט אפרעכטן די צענטראלע הדלקה אין בארא פארק אויפן גרויסן שטח אויף די 36'סטע גאס צווישן 13 און 14.
הרה"צ רבי שלמה צבי וועט אנצינדן די הדלקה אין אשדוד אינאיינעם מיט די חברי 'חבורת השמחה' וואס שטייט תחת נשיאותו.
הרה"צ רבי ישראל מנחם וועט אנצינדן די הדלקה אין בני ברק אינעם חצר פון תלמוד תורה פני מנחם.
הרה"צ רבי דוד וועט אנצינדן די הדלקה אין ירושלים אין חצר פון ת"ת בית אחים פיק אויף רח' ירמיהו אין ירושלים.
Comments