top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בואו שעריו בתודה • חסידי וויז'ניץ פייערן מאסיווע מעמדי קבלת פנים לכבודו פון הנגיד ר' חיים שטערן

מיטוואך פ' נשא א' - ה' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער


מיט גרויס כבוד און עהרע האבן הונדערטער חסידי ויזניץ אין שפיץ פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א נעכטן מקבל פנים געווען דער חשובער גאסט פון אמעריקע, הרב החסיד ר' חיים שטערן הי"ו מפארי וחשובי חסידי וויז'ניץ ואיש אמונו פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, און ביי להבחל"ח בנו כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, בונה ומקים ממלכת וויז'ניץ בארה''ק.


ווי ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות איז אפגעראכטן געווארן א ריזן מעמד קבלת פנים מיטן נאמען כבוד ויזניץ לכבודו פונעם חשובן נגיד ר' חיים, נאך עטליכע שווערע יאר וואס ער איז אריבער, שמאכטענדיג אין תפיסה א שטיק צייט. אצינד מיטן ערהאלטן ערלויבעניש אפצופליען קיין ארץ ישראל אויף יום טוב שבועות, האט דער ויזניצער רבי איינגעארדנט א רייע מאסיווע מעמדי קבלת פנים מיט די באטייליגונג פון אלע חסידים זקנים עם נערים.


מאנטאג נאכט אין אמעריקע ווען ר' חיים איז אנגעקומען אין נוארק עירפארט, איידערן אויפשטייגן אויפן פליגער, זענען זיך צוזאמגעקומען א קבוצה ויזניצע חסידים צו באגלייטן ר' חיים אויף די געהויבענע נסיעה, מ'האט געזינגען פרייליכע ניגונים און געטאנצן, און זיך הארציג געזעגנט.


נעכטן דינסטאג דריי אזייגער נאכמיטאג איז דער ויזניצער רבי ארויסגעפארן צום לוד לופטפעלד אין באגלייטונג פון א צאל מקורבים ונכבדי העדה. מיט די השתדלות פון חשובע עסקנים און שתדלנים איז דער רבי צוגעפארן ביז צום פליגער, און מקבל געווען פני כבודו פון ר' חיים מיט גרויס כבוד און הערצה, אין טערמינאל האט דער רבי געפראוועט א באשיידענע מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט משפחת שטערן הנכבדה און מ'האט געזינגען ניגוני שמחה.


דערנאך איז דער רבי ארויס פון טערמינאל אינאיינעם מיט הנגיד ר' חיים, אויפן ארט האבן אפגעווארט די הונדערטער ילדי התלמוד תורה דחסידי ויזניץ פון בני ברק, אשדוד, און אלעד, אלע קינדער זענען געווען מלובש מיט בגדי שבת און געהאלטן שיינע פענער אין די האנט צו באגריסן דעם חשובן גאסט מיטן ניגון 'שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה'.


דערנאך איז די שיירת הכבוד ארויסגעפארן אין וועג קיין בני ברק מיט פאליצייאישע באגלייטונג כראוי וכיאות לכבודו של מלכות. אנקומענדיג בשערי העיר האבן די פאליציי אפגעשלאסן די ארומיגע גאסן אין עס האבן אפגעווארט די הונדערטער בחורי הישיבות אויסגע'שורה'ט פון ביידע זייטן, און האבן געזינגען ניגוני שמחה והודאה לכבוד די גרויסע חגיגה.


ארום א האלבע שעה דערויף נאך וואס ר' חיים האט מתפלל געוועהן ביים ציון הק' פונעם רבי'ן דער ישועות משה אויפן וויזניצער בית החיים, איז פארגעקומען די צענטראלע מעמד קבלת פנים ברחובה של עיר, פארנט פון די היכלי מלכות זאלן אין בני ברק. דער ויזניצער רבי מיט הנגיד ר' חיים האבן געטאנצן אינאיינעם אויף א הויכע פלאטפארמע וואס איז געווארן ספעציעל אויפגעשטעלט פאר דעם מעמד ווי די ריקודים של שמחה האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע להודות ולהלל.


דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד הגדול וואו מ'האט געדאווענט מנחה, און דערנאך איז פארגעקומען א מעמד לחיים וואו כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, ארויסברענגענדיג לשבח די געוואלדיגע פעולות ווען הנגיד ר' חיים האט זיך מוסר נפש געווען פארן רבי'ן דער ישועות משה דורכאויס די יאהרן, און געשטאנען ווי א פעסטע גענעראל לימין קדשו אין אלע זמנים.


דערנאך האט הנגיד ר' חיים אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און זיך הארציג באדאנקט פאר אלע חסידים וואס האבן אים שטענדיג אינזין געהאט, און געטון וואס מעגליך אים ארויסצוהעלפן. באזונדער האט ער דערמאנט די גאר שטארקע חיזוק וואס ער האט באקומען פון די ילדי חן פון די הארציגע בריוון וואס זיי האבן אים געשיקט, און ווי שטארק עס האט געווירקט אויף זיין טאג טעגליכע לעבן. צום שלוס האט זיך ר' חיים באדאנקט פאר די משפחה אין גוטע פריינד וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אמעריקא צו דעם מעמד לכבוד בית וויז'ניץ.


דאן האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט אין א טאנץ מיט הנגיד ר' חיים, און דער גאנצער ציבור האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע געזאנג א לענגערע צייט, דאנקענדיג דעם בורא כל עולמים פאר אלע זיינע חסדים.





































































Comments


bottom of page