top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תּל תּלפיות הושׁע נא • כלל ישראל גרייט זיך ברגש קודש צו הילולא קדישא פון הייליגן שרף ממאגלניץ זי''ע

פרייטאג פ' אחרי קדושים - ז' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


ויושר יליצו בעדינו חיות אש!


בהכנה דרבה און אן אש קודש גרייטן זיך הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה צום יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן שרף פון מאגלניצא, דער פועל ישועות הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל זי"ע אשר מקום מנוחת קדשו בעיר הקודש מאגלניצא אין פוילין, וואס איז ווי באקאנט א תל תלפיות פאר טויזענטער אידן דורכאויס די יאר, זעענדיג דארט אפענע ישועות למעלה מדרך הטבע.


שטייענדיג געציילטע טעג איידער די יומא דהילולא קדישא וואס געפאלט דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת אמור ט"ו אייר, ווערן געמאכט די לעצטע הכנות דורך די עסקנים סיי פון אמעריקע און סיי פון אייראפע, צו ערמעגליכן א געהויבענע און געשמאקע נסיעה פאר די הונדערטער אידן וואס גרייטן זיך אונטערצונעמען דעם טירחא דאורחא, מיטן ציל מתפלל צו זיין ביים ציון בעצם יומא דהילולא קדישא.


א פריוואטע טשארטער פליגער צוגעשטעלט דורך די בארימטע טרעוול פירמע פלען איט רייט, וועט ארויספארן דעם קומענדיגן מיטוואך נאכט פרשת אמור פון נוארק לופטפעלד, אויפן וועג קיין ריישא, די גאנצע נסיעה ווערט צוגעשטעלט אויף א היימישע פארנעם, היימישע עסן און היימישע עסקנים וואס וועלן אינזין האבן אלע אנגעלעגנהייטן על צד היותר טוב.


די גרויסארטיגע נסיעה וועט פארקומען בראשות ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, וועלכער טוט ווי באקאנט יאר יערליך אפרייזן קיין מאגלניצא מתפלל זיין ביים ציון הק' ביומא דהילולא קדישא. איבערהויפט טראגט די היי יעריגע נסיעה א ספעציעלע באדייט, ווען ערב די הילולא קדישא וועט מען בסייעתא דשמיא באנייען די הערליכע מציבה וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן אויפן ציון הק' פונעם הייליגן צדיק.


דאנערשטאג אינדערפרי ביים אנקומען קיין פוילין, וועט מען צוערשט מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע בעל זרע קודש, שטייענדיג נאך אין די דריי טעג ארום די הילולא קדישא. פון דארט וועט מען ארויספארן קיין ליזענסק וואו מען וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זי"ע.


שפעט ביינאכט וועט מען אנקומען צום שטאט מאגלניצא, וואו די ארטיגע בנין הכנסת אורחים בנין אינדיג ווערט אהערגעשטעלט מיטן מאקסימום באקוועמליכקייט אריינצונעמען דעם ריזן ציבור חסידים. אזוי אויך וועט מען פלאצירן די הונדערטער געסט אין די ארומיגע האטעלן אין שטאט.


פרייטאג פארמיטאג וועט מען אינאיינעם ארויפגיין צום ציון הק' פונעם שרף אין מאגלניצא להיפקד בדבר ישועה ורחמים, וואו כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וועט אויפטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש און פארליינען די קוויטלעך פון די חשובע תורמים.


די געהויבענע שבת קודש וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אינעם הערליכן בנין הכנסת אורחים בנין אינדיג וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן כלול בהדרו, א פראכטפולע מקוה, א בית המדרש בית פערנבאך, און פילע שטיבלעך פאר אש"ל מלא. די מעמד קביעת מזוזה וועט פארקומען פרייטאג נאכמיטאג איידער כניסת השבת, די תפילות שבת קודש וועלן פארקומען אינעם הערליכן היכל בית המדרש, און די שבת'דיגע טישן אין די ספעציעלע שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט נעבן די בנין הכנסת אורחים.


זונטאג בהר בחוקותי נאכמיטאג וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק, אנגעפולט מיט השפעות טובות וכל מילי דמיטב.


*


בילדער פון די העפטיגע הכנות צום יארצייט אין מאגלעניץ














Comments


bottom of page