דינסטאג פ' בהר בחקתי - י"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א געהויבענע שבת איז פאריבער אויף צענדליגע חסידי ויזניץ חברי קבוצת "לב ויזניץ", וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת בצילא דמהימנותא עילאה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א, אין עיר הקודש טבריה אינעם פראכטפולן ציפורי האטעל.
די אינגעלייט וועלכע זענען עוסק בפרנסה על המחיה ועל הכלכלה, זענען אנגעשלאסן אין דעם קבוצה לב ויזניץ תחת דגלו והדרכתו פונעם ויזניצער רבי'ן שליט"א, צו האבן א ספעציעלע העכערקייט פון די גאס זייענדיג אויסגעשטעלט צו די אפענע ארבעט'ס וועלט. די היי יעריגע שבת איז שוין געווען די צווייטע מאל וואס דער רבי האט געפראוועט אויף א ספעציעלע פארנעם מיט די אינגעלייט, און זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם סיי צו די עזרת אנשים און סיי צו די עזרת נשים מיט פאסיגע דברי חיזוק בקדושת השבת קודש.
די געהויבענע חגיגה האט זיך אנגעהויבן שוין דאנערשטאג נאכט, ווען דער רבי האט געפראוועט שולחנו הטהור לכבוד פסח שני, ארומרעדנדיג בעניני אמונה און אחדות. פרייטאג דורכ'ן טאג איז פארגעקומען א ספעציעלע פראגראם מיט מומחים אין די ארבעט'ס וועלט והמסתעף.
פארן זמן כניסת השבת איז פארגעקומען א מעמד הכנה לשבת אין שפיץ פונעם רבי'ן, אינעם זאל ווי די נשים צדקניות האבן געצינדן די ליכט האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה און גראמען א ספעציעלע כאר מיט גרויס התעוררות.
בעת כניסת השבת איז געווען די הויכפונקט פון די שבת, ווען מ'האט געדאווענט א פייערדיגע תפילה קבלת שבת ביים ציון התנא האלקי רבי עקיבא, שטייענדיג שבת בעפאר ל"ג בעומר, נאך לכה דודי האט מען געזינגען בר יוחאי כנהוג, און נאכן דאווענען האט מען געזינגען זמירות שבת, און די לעבעדיגע ניגון אמר רבי עקיבא.
נאכן דאווענען האט מען באגלייט דעם רבי'ן ביז צו די אכסניא זינגענדיג שירי שבת, די טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך פארצויגן ביז אין די פארטאג'ס שעה'ן, און דערנאך האבן אלע חסידים געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה איש וביתו, און דער רבי האט יעדן געבענטשט בברכת הבנים ווי א געטרייער טאטע.
שבת אינדערפרי ביי שחרית האט דער רבי פארגעזינגען תתברך בניגון יום טוב, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מיטאג טיש, און ביי שלש סעודות האט דער רבי מאריך געווען בדברות קודשו מיט דברי חיזוק קעגן די נסיונות הדור. שפעטער נאך מעריב און הבדלה זענען אלע חסידים אריבער וואונטשן א גוטע וואך און מקבל זיין ברכת הקודש.
Comments