top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר פאררופט יום תפילה לביטול הגזירה אין ליכט פון היינטיגן הירינג אמבאלאנגט דעם גזירת החינוך

מיטוואך פ' תצוה - ח' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - על פי פקודת הקודש פון כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א מהרי''י איז היינט אויסגערופן געווארן אין אלע מוסדות התורה והחינוך א יום תפילה לביטול הגזירה אין ליכט פון דער געריכטליכע הירינג וואס איז באשטימט געווארן אויף היינטיגן מיטוואך צו באהאנדלען די אנקלאגע פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק קעגן דעם ביטערן גזירת החינוך


די געריכטלעכע ''לאו-סוט'' איז צוזאמגעשטעלט געווארן מיט גרויסע כוחות אין שווערע געלטער דורך די געניטע אדוואקאטן וועלכע פארטערטן די סאטמארע מוסדות אין אלע מוסדות התורה והחינוך בשליחות פון כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א אין די גדולי האדמו''רים והרבנים מנהיגי הקהילות אין ניו יארק


אין אלע מוסדות התורה האט מען היינט צוזאמגענימען די תינוקת של בית רבן וועלכע האבן מיט א כח הרבים אין א פארייניגטער כח התפילה איינגעריסן וועלטן להעביר את רוע הגזירה, די ביטערע שוידערליכע גזירה האיומה נגד חינוך דורותינו


ווי מען הערט צוריק פון די געטרייע פעירל'ס עסקנים וועלכע שטיין אויפן פראנט אינעם קאמף קעגן דעם ביטערן גזירת החינוך, איז די היינטיגע הירינג געגאנגען בעסער ווי ערווארטעט. די ריכטערין האט ארויסגעוויזן א שטארקע אינטערעסע אין די טענות פונעם אדוואקאטן פאר די ישיבות ר' אבי שיק, און אים געגעבן פיל מער צייט צו רעדן ווי ארגינעל באשטימט. זי האט שטארק אריינגעקוקט צי די סטעיט האט דוקא ארויסגעגעבן די גזירה און צי עס וועט אפעקטירן בלויז ישיבות.


דער באגאבטער אדוואקאט ר' אבי האט גאר שטארק געענטפערט אויף אלע פראגעס וואס די ריכטערין האט אים געשטעלט, אין אצינד ערווארט מען א באשלוס פונעם געריכט אין די נאנטע וואכן, וואס עס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן ווי אזוי דאס וועט צוגיין, אבער דער היינטיגער פראצעדור איז ברוך השם געווען א גוטער אנדייט, און מ'האט געזען אז די תפלת ישראל עושה רושם.


כלל ישראל ווערט געבעטן ווייטער איינצורייסן היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל, אז מ'זאל מצליח זיין אין דעם קאמף אין מבטל זיין די גזירה אויפ'ן חינוך, אין די איצטיגע חדשי הגאולה וואס זענען מסוגל לישועות.



Komentarze


bottom of page