top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחבת גבולים • מוסדות באבוב מאנסי שליסט מקח אויף דריי גרויסע שטחים פארן געברויך פונעם בנין בנות ציון

דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג


מיט גרויס פרייד נעמן אויף חסידי באבוב און תושבי מאנסי די בשורה מהרנינה פון הרחבת גבולי הקדושה ווען אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלת המוסדות געשלאסן די מקח אויף א ריזן שטח אין הארץ פון שטאט מאנסי ווי ס'וועט בקרוב בימים אויפגעבויעט ווערן די בנין אדיר ומפואר בית חינוך לבנות בנות ציון ד'באבוב אין מאנסי.


אין די לעצטערע יארן נאך וואס עס האט זיך שטארק פארמערט די מספר התלמידות בלי עין הרע און די ביז יעצטיגע לאקאל איז אויסגעוואקסן פון פלאץ האט זיך פארלאנגט א באלדיגע פארברייטערונג, די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די לענג אין די ברייט צו טרעפן א פאסיגן שטח רחבת ידים פארן מיידל שולע און איז בברכות ועידודו פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געלונגען אפצוקויפן 3 גרויסע שטחים איינער נעבן די אנדערן אויף קאלעדזש ראוד, ווי עס וועט לויטן פלאן אויפגעבויעט ווערן א פרעכטיגע געביידע גרויס 10.000 סקווער פיס וואס וועט פארנעמען אין זיך 4 שטאק אין וועט אויך אנטהאלטן א הערליכע שמחה זאל ווי חסידי באבוב וועלן קענען פראווען זייער שמחות פאר ביליגער פרייזן.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!

bottom of page