דאנערשטאג פ' אחרי קדושים - ו' אייר תשפ"ג
פון חצר הקודש תולדות אברהם יצחק איז היינט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן, אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט בעזר השם ווידעראמאל פראווענען די גרויסארטיגע הדלקה אין אתרא קדישא מירון, צוריקגייענדיג צום לאנגיעריגן חזקה אנצוצינדן די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי במעמד אלפי ישראל.
דאס קומט נאכדעם וואס פארגאנגענע יאר איז נישט פארגעקומען די הדלקה ווי געווענליך, נאך וואס די ארטיגע אינסטאנצן האבן נישט צוגעלאזט ווי באקאנט, און דער רבי האט געפראוועט א הדלקה בזעיר אנפין אין שטאט בית שמש, זייענדיג אין א שוואכע געזונט צושטאנד.
אצינד איז מיט פרייד געמאלדן געווארן אז היי יאר וועט ווידער פארקומען די גרויסארטיגע הדלקה ביום ל"ג בעומר פארנאכטס, במקהלות אלופי אלפי ישראל וואס וועלן זיך צונויפזאמלען מכל קצוי הארץ צו מיטהאלטן די הייליגע מאמענטן בשלהבת אש קודש.
ווי עס הייסט וועט דער רבי פראווענען די הדלקה אין ירושלים בליל ל"ג בעומר ווי יאר יערליך, און צומארגנס ביומא דהילולא דרשב"י אינעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, וועט דער רבי ארויספארן קיין אתרא קדישא מירון אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים. ארום זעקס אזייגער פארנאכטס בעת נעילת שער וועט דער רבי אנצינדן די מדורה לכבוד התנא האלקי ביים נייעם מתחם ההדלקות, וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט גענוג פלאץ בריוח פאר צענדליגע טויזענטער אידן מיטצוהאלטן און מיטלעבן אין די העכערע ספערן בדביקות עילאה. לעבעדיגע ריקודין בתופים ובמחולות לכבוד התנא, און די מעמדי החאלאקעס וואס וועלן פארקומען דארט אויפן פלאץ דורכ'ן רבי'ן שליט"א.
שפעט ביינאכט וועט דער רבי ארויספארן פון מירון אויפן וועג קיין הר יונה, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן אויף אפרוה.
Comments