top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ לאנדאן וועט וויילן אויף אפרוה אין שטאט רימינוב-פולין מיט אחיו האד' מוויז'ניץ מאנטריאל

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים - ו' אייר תשפ"ג


דעם קומענדיגן זינטיג וועט כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א אפרייזן צום שטאט רימינוב אין פולין ווי די רבי שליט''א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע דריי וואכן למנוחת הנפש אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים וואס איז געעפענט געווָארן מיט א צייט צוריק סמוך ונראה צו מקום מנוחתם פון די רימינוב'ע רבי'ס, דער הייליגער ר''ר מענדעלע אין דער הייליגער ר''ר הערש זי''ע.


אויך דעם רבינס ברידער אין מחותן כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א וועט קומען צו פארן קיין רימינוב איז זיך פאראייניגן מיטן ברידער די לאנדאן'ער רבי די וואך פון פ' בהר בחוקתי, ווי די רבי'ס וועלן אינאיינעם פראווען שבת אין באזונדער דער גרויסער טאג פון ל''ג בעומר אין אזוי אויך די הילולא קדישא פון הרה''ק די רבי ר' מענדעלע רימינוב'ער זי''ע אין טאג פון ל''ד בעומר דער טאָג וואס איז אַלע יאָרן געווען באַקאַנט אַלס דער טאָג ווען מאַסן אידן אין צדיקים פון אלע מקומות האָבן באַלאַגערט די שטאָט רימינוב, קומענדיג צו פאָרן פון אַלע מקומות, פּוקד צו זיין דעם ציון הק' פון הייליגן ר''ר מענדעלע זי''ע אין טאָג פון זיין הילולא.


bottom of page