top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ושבו בנים לגבולם • תלמידי מוסדות סאטמאר י-ם פלאצירט אין נייע בנין נאך העלישע שריפה אין בניני המוסדות

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים - ו' אייר תשפ"ג



אן תרגשות'דיגער מעמד אונטערן קעפל 'ושבו בנים לגבולם' איז פארגעקומען דער וואך זינטיג פאר די ילדי תשב"ר פון ת"ת יטב לב דסאטמאר ירושלים עיה''ק, נאך וואס די קינדער זענען בשעה טובה פלאצירט געווארן אין איין גרעסערן בנין אין די הר נוף געגענט אין ירושלים, נאכ'ן וואנדערן גולה אחר גולה נאכן העלישן פייער וואס האט ליידער אויסגעבראכן אין די בניני הקהילה והמוסדות בעיה''ק ירושלים.


די מעמד איז אנגעפיהרט געווארן דורכ'ן מלמד מומחה הרה"ח ר' מנחם הלל פאלאטשעק שליט"א וואס האט געעפענט דער מעמד מיט ניגוני התעוררות לאהבת התורה, און ארויסגעברענגט פאר די קינדער די וויכטיגקייט פון הבל פיהם פון תשב"ר.


דערנאך האט מען געהערט דברי חיזוק והתעוררות דורך א לייוו הוק-אפ פון הגה"צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט"א, וואס האט מעורר געווען די קינדער בגודל מעלתם און אז די צייט וואס אונז שטייען מיר יעצט דארפן די קינדער זיך מער אנשטרענגען אויף תפילות בקשות און לימוד התורה פאר די הצלחה פון אלע עוסקים במלאכת הקודש די מלמדים מנהלים און כלי קודש, און דער רב האט איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו הגדול כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' ישכר יאקאב שליט"'א אין די מעמד איז געשלאסן געווארן מיט גרויס התרגשות והתעוררות ביי אלע קינדער און אנוועזנדע.








bottom of page