top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חברא קדישא דקהל 'תורת חיים' וויז'ניץ צוגעקויפט גרויסן שטח נעבן בית החיים צו לינדערן מאנגל אין פלאץ

מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג


מטעם הנהלת חברא קדישא דקהל תורת חיים וויז'ניץ מאנסי איז אין די טעג ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה פאר קהל חסידי וויז'ניץ בכל מקומות מושבותהים אין ניו יארק אין קאנאדע אז אין ליכט פונעם מאנגל אין פלאץ מיט דעם וואוקס פונעם ציבור בלעה"ר, איז אין די לעצטע תקופה גאר שטארק פארשווערט געווארן דאס נאכקומען דעם פארלאנג צו קענען קויפן נייע חלקות אויפן בית החיים, דעריבער האט דער הנהלת חברא קדישא אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות, דמים תרתי משמע, צו צוקויפן א גרויסן שטח נעבן דעם בית החיים, מיט פלאץ פאר נאך הונדערטער חלקות וועלכע וועט בס"ד פיל דערלייכטערן דעם מאנגל כפי הצורך, אין אז אין די יעצטיגע טעג האט מען בס"ד ובברכתו והסכמתו פון כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנסי שליט''א מצליח געווען צו שליסן דעם מקח, און דער נייער שטח איז שוין אונטער די רשות פונעם ביה"ח.


אין ליכט פון דעם אנטוויקלונג, ווערט אצינד געגעבן די זעלטענע געלעגנהייט פאר די חברי הקהילה פון אלע שטעט צו קענען קויפן א חלקה פאר א ספעציעלע הנחה פרייז פון 7,500 $ פאר א פארפאלק.




Komentarze


bottom of page