top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ פראוועט געהויבענעם שבת אין דזארזשיע אינאיינעם מיט תומכי קופת המלכות | ברייטע דעקונג

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים - ו' אייר תשפ"ג

בילדער קרעדיט: הושע פרוכטר


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט דעם פארגאנגענעם שבת פ' תזריע טהרה געפראוועט א געהויבענעם שבת אין דזארזשיע אינאיינעם מיט די תומכים פונעם רבינס צדקה קאסע 'קופת המלכות'.


ערב שבת נאך מנחה האט די רבי משמיע געווען דברות קודש כהכנה דרבה צום געהויבענעם שבת, נאך מעריב איז די רבי אריינגעקומען אינעם זאל ווי עס איז געוועהן צוגעשטעלט די סעודות שבת און פארגעזאגט די זמירות ביז קידוש און זיך דאן געוואשן צום סעודה, דערנאך איז די רבי אריבער צום אכסניא ווי די חסידים האבן אנגעהויבן אריבערגיין בקודש פנימה ווי די רבי האט אויפגענימען יעדע משפחה באזונדער איש וביתו אין יעדן אנגעווינטשן בברכת הבנים 'ישימך אלוקים כאפרים וכמנשה', די רבי האטאויך געשאנקען א מתנת קודש א זיידענע גארטל פאר די משתתפי השבת, מען האט פארענדיגט אום דריי אזייגער, און נאך א קארצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור וועלכע האט זיך פארצויגן ביז זעקס אזייגער פארטאגס, און מען האט אהיים באגלייט דעם רבין בשירה וזמרה.


צו שחרית איז די רבי אריינגעקומען אום 1:15, מען האט פארענדיגט דאס דאווענען נאך מנחה ארום 5 אזייגער, אום 6:30 איז די רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש, אום 8 אזייגער האט מען געבענטשט אין תיכף דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צו שלש סעודות, שפעטער ביינאכט איז די רבי אריינגעקומען צום טיש רעווא דרעווין וועלכע האט זיך פארצויגן עד אור הבוקר בהתעוררות רב.




























































































































コメント


bottom of page