top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוראת שעה • האד' מסאטמאר איז משנה סדר תהילים אין מתיבתא ביום המר והנמהר ה' אייר

מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג


נעכטן צופרי נאך תפילת שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אריינגערופן דער מנהל המתיבתא הרה''ג רבי דוד שלמה עקשטיין מרבני וועד משמרת חומותיך ירושלים איבערצוגעבן די הוראת הקודש אז אזוי ווי אינעם סדר אמירת תהילים וואס מען זאגט יעדן צופרי נאכן דאווענען קומט אויס אז דעם קומענדיגן מיטוואך אינעם טאג פון ה' אייר וועט מען זאגן די קאפיטלעך תהילים פון הלל זאל מען משנה זיין אין זאגן אנדערש דעם סדר כדי עס זאל נישט אויסקומען צו זאגן הלל אין דעם יום המר והמנהר ה' אייר דער טאג ווען עס איז אויפגעשטעלט געווארן דער מדינה מיט אזא מרידה במלכות שמים.




bottom of page