top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הכנות צו חתונה הגדולה בחצר הקודש טאהש אין ניו יארק




דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - תלמידי וחסידי טאהש גרייטן זיך צו די דערהויבענע שמחת החתונה וועלכע וועט געפראוועט ווערן לשם ולתפארת ברוב עם הדרת מלך דעם קומענדיגן דינסטאג פ' בשלח, אור ליום י' שבט, אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג. עס וועט גיין אונטער די חופה בשעטומ"צ דער חתן א זון פון הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, חדב"נ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, מיט די כלה, בתש"ק, טאכטער פון הגה"צ רבי צבי הירש אשכנזי שליט"א, רב דביהמ"ד דברי יואל וראש ישיבת באר התורה ד'סאטמאר. די געהויבענע שמחה וועט זיך אנהייבן דעם שבת קודש פרשת בא, ווען עס וועט געפראוועט ווערן אויף א דערהויבענעם פארנעם דער שבת עלי' לתורה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית טאהש קאנאדע. דער שמחת הפארשפיל וועט געפראוועט ווערן מוצש"ק תיכף נאך הבדלה.


דער זיידע כ''ק האד' מטאהש שליט''א קומט צו פארן צו די חתונה פון קאנאדע אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים אין די תלמידי הישיבה פון קרית טאהש, די חתונה וועט אּפגעהַאלטן ווערן ווי געזאגט דינסטָאג אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין שטָאט וויליַאמסבורג, דער טאהשער רבי שליט"א וועט ערשיינען צו די סעודת החתונה און וועט מעריך זיין שלחנו הטהור אינאיינעם מיט די בחורים תיכף נאך די חוּפה אין זאל פון ויואל משה, וואו די בחורים וועלן אויך האבן די געלעגנהייט אריבער צו גיין געבן לחיים. שפעטער ארום 9 אזייגער וועט דער רבי שליט''א אריינקומען צום שמחת החתונה אין "עטרת אברהם"


די עסקנים ארבעטן מיט פיבערהַאפטיגע כוחות און פָארברייטונגען צו די דערהויבענע ימי השמחה עס זאל זיין לשם ולתפארת. איבערהויפט לייגן די עסקנים אריין גרויסע כחות צו ענטפאנגען מיט כבוד אדמורי"ם ורבנים, תלמידים חסידים וידידים, וואס קומען צו פארן זיך משתתף זיין אין די דערהויבענע שמחה בבית צדיקים אין צוצשטעלען די דערהויבענע שמחה מיט אלע פרטים עס זאל זיין לשם ולתפארת.

bottom of page