top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דערהויבענער שבת 'ישיבה של מעלה' געפראוועט אין סיגוט בראשות האד' מסאטמאר

זונטאג פ' תרומה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - בחרדת קודש ובהתרוממות עילאה האבן די 400 תלמידי הישיבות הקודשות דחסידי סאטמאר פון ארץ ישראל אין אייראפע מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת 'ישיבה של מעלה', א שבת מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון דער ראש הישיבה כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א, די בחורים פון די 6 ישיבות הקדושות האבן צום ערשטן מאל געהאט די זכיה מיטצולעבן א געהויבענער שבת בצל הקודש אין מקבל זיין מלא חפנים בתורה ויראת ה', הדרכה בכל תחומי החיים פונעם גרויסן מנהיג העדה דער רבי שליט''א וואס האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און פארברענגט פאר לענגערע שעות מיט די תלמידים פון אויסלאנד, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו, ווי די צדיקים עצי התמרים האבן אפגעראכטן זייער עבודת הקודש פאר לאנגע יארן ובפרט בהרבצת התורה לתלמידים


ערש''ק ביים זמן הדלקת הנירות האט די רבי געצינדן די נירות שבת קודש בהיכל ביהמ''ד עצי התמרים אינעם שוהל הויף


נאכן זמן האט מען געהערט א דרשה פתיחת השבת דורך הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן וועם די רבי האט פערזענדליך איינגעלאדענט צו קומען מיטהאלטן דעם שבת


פרייטאג צונאכטס ארום 6.20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און מאריך געווען א לענגערע צייט בבכיות נוראות ובתעוררות רב. קבלת שבת האט געדאווענט הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א מנהל הישיבה קטנה אין ירושלים עיה''ק. מזמור לדוד הבו לה' האט מען געזאגט פסוק בפסוק כמנהג המקום אין קהילה קדושה סיגוט


נאכ'ן דאווענען איז די רבי ארויף אויפן ארון קודש און במאור פנים געוואונטשן גוט שבת פאר אלע תלמידים אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד


דערנאך האט הרה''ג ר' יואל קעלנער מנהל הישיבה אין מאנטשעסטער אנגעפירט און אויסגערופן די סדרים במשך דעם שבת


תיכף דערנאך זענען אלע בחורים אראפ בהיכל השולחנות מעביר סדרה זיין, און דערנאך איז פארגעקומען א שיעור נפלא דורך הרה''ג ר' יואל לאנגבערג שליט''א מגי"ש אין די ישיבה אין לאנדאן


דערווייל איז דאס ביהמ''ד אויסגעשטעלט געווארן צום עריכת שולחן הטהור מיט פלאטפארמע'ס אויף אלע 3 זייטן פונעם היכל אז אלע בחורים זאל קענען מיטהאלטן, אויף יעדענס פלאץ איז געווען צוגעגרייט א הערליכע זמירות מיט די קונטרס אימרא טב"א לשב"ק, מיט ספעציעלע חלה דעקלך


דאס גאנצע ביהמ"ד הגדול פון עק צו עק איז געווען אויסשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן


ביי אלע 3 טישן במשך דעם שב"ק איז טאקע געווען פול דאס ביהמ"ד עד אפס מקום, און יעדער איז געזיצן, די סערווירערס זענען געווען בלויז חסידישע בחורים, ולא יתערב זר במחנינו


ארום 9 אזייגער זענען די הונדערטער בחורים אריין, מען האט יעדן מסדר געווען מיט פלעצער, מיט א סדר מיוחד פון קארטלעך דורך די חשובע מנהלים וואס מען האט אויסגעטיילט א ספעציעלע קארטל יעדער ווי זיין פלאץ איז, עקסטער האט מען ביי די זייטן פון אויבן אהן מסדר געווען די כלי קודש און די עטליכע נדיבים בעם וואס האבן פינאנצירט דעם שבת ישיבה של מעלה


ארום 9:30 איז דער רבח אריינגעקומען צום טיש וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בהתרוממות והתרגשות עד אין שיעור און האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו 5 שעה


די רבי האט אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ובאש להבה, די רבי האט געמאכט קידוש און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור


במשך די סעודה צווישן די מאכלים, פאר די פיש, זופ, פלייש, און נאך די פלײש האט די רבי געזאגט 4 מאל תורה און אויסגעטייטשט די ארבעה נזיקין שור, בור, מבעה, והבער, מיט הערליכע פשטים בדברי דרוש מיט א המשך פון איין תורה צום צווייטן, אנגעפוהלט מיט מוסר חיזוק אין הדרכה


במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים פאר שעות אריכות און צוויי מאל האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פייערדיגע ריקודים, אויך האט מען געזינגען עטליכע פאצייטישע לידער אויף אידיש איבער די קשר צווישן אידישע קינדער לאבינו שבשמים בימי השובבי''ם, בהתעוררות רב


מיט די זמירות האט די רבי מכבד געווען הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל הישיבה אין לאנדאן - הרה''ג ר' מרדכי יאזעף מנהל הישיבה גדולה מהרי''ט אין בני ברק - הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה אין בני ברק - הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט''א מנהל הישיבה אין מאנטשעסטער אין הרה''ג רבי ישראל קליין ממנהלי הישיבה אין אנטווערפען.



נאך די זמירות האט די רבי געזאגט תורה א לענגערע דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, און עשה לפני הדיבור, מיטן בענשטן האט די רבי מכבד געוועהן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן


נאכן בענטשטן האט די רבי דערציילט עובדות אין סיפורים פון זקינו הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מארגן מאנטאג כ''ט שבט


נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר פון אן איר אייניקל ביים רבין בן הנולד לנכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א


דערנאך האט הרה''ג ר' יושע קליין מנהל הישיבה אין ירושלים געזונגן אור פניך לכבוד שבת שקלים וואס איז געזינגען געווארן בהתעוררות ובדביקות


האט געענדיגט ארום 2 אזייגער


נאכ'ן טיש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה גדולה מהרי''ט אין בני ברק, און האבן זיך מפלפל געווען מיטן רבין אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן אויף די שיעור סוגיא פון פרייטאג אינדערפרי א לענגערע צייט, און דער רבי האט שטארק מפליא געווען זייערע ידיעות און עמקות


אויך האט הרה''ג ר' יוסף ארון איזראעל מגי''ש אין די ישיבה גדולה אין בני ברק איבערגעגעבן א בריוו פון רבו הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט''א ראש ישיבת סלובדקא א חידוש אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן וואס ער האט אים געשיקט לכבוד דעם שבת 'ישיבה של מעלה; ווי ער האט געהערט אז דער רבי וועט פראווענען דעם שבת מיט די בחורים און עוסק זיין אין די סוגיא, אינעם בריוו באציעט ער זיך אויף דעם שב"ק אין סיגוט, און ער איז דורש בשלומו פונעם סאטמאר רבין שליט''א און פירט אויס מיט א ברכה. לעומתו ברוך יאמר האט די רבי צוריקגעשיקט א פריסת שלום וברכת קדשו


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30 מ'האט געזאגט הלל הגדול און שירת הים פסוק בפסוק בהתלהבות כמנהג המקום אין סיגוט, און צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און אנגעהויבן עד הנה באש קודש, דער רבי האט פארגעדאווענט די יוצרות און מען האט געזינגען ביי ממקומך כנהוג


די עליות האבן עולה געוועהן הנגיד ר' אברהם יושע גלאנץ פון קרית יואל וועלכע האט נאכ'ן עולה זיין האט ער גומל געבענטשט און מוצא געווען דעם גאנצן ציבור, עס האבן אויך עולה געוועהן הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד פון וומסב"ג, הרה''ח ר' אליעזר לעוו פון לאנדאן, הרה''ח ר' משה גאלדשטיין, הרה''ח ר' אלימלך שמשון ווייס פון לאנדאן, הרה''ח ר' דוד עקשטיין מראשי הקהילה פון קרית יואל, אין הרה''ח ר' חיים לעווי פון וויען, דער רבי שליט''א האט עולה געוועהן מפטיר די קריאה פון שקלים און אליינס געליינט כנהוג.


דערנאך האט די רבי ר''ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, אין צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד שבת שקלים, מ'האט געזונגן די חרוזים אור פניך כנהוג


נאכ'ן דאווענען איז די רבי אראפ צו ביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט מיט די געלאנדענטע 22 נגידים וואס זיי האבן פינאצירט דעם שבת, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל הישיבה אין לאנדאן און אראפגעלייגט וואס עס מיינט פאר די בחורים אזא שבת בעבר בהוה ובעתיד. דער רבי האט געוואונטשן לחיים און האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר די חשובע נגידים


ארום 2:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום מיטאג טיש, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, איז דאס אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, מען האט געזינגען מערערע ניגונים לכבוד שב"ק פאר א לענגערע צייט און געטאנצן בשמחה והתרוממות


די רבי האט געזאגט תורה און דערציילט א לענגערע צייט מערערע סיפרי קודש מעשיות פון אבותיו הק' אין שטאט סיגוט בשייכות מיט תלמידים און בחורים


צו מנחה אין של''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15


ביי של''ש פאר די זמירות האט מען געזינגען מערערע ווארימע ניגונים מיט גרויס דביקות

די רבי האט געזאגט תורה בעניני מחצית השקל וואס ווייזט אויף אמונה פשוטה, און ממשיך געווען בדברי חיזוק און אויסגעפירט בברכת קדשו אין די רבי האט געבענטשט אויפן כוס.


צו מעריב מוצש''ק איז די רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון זקינו די קדושת יו''ט זיע''א, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן אויפן פלאץ א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור.


מוצאי שבת ארום 11:00 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו די מסיבת מלוה מלכה לרגל די הילולא קדישא פונעם קדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ס''ת געשריבן דורך הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי"ו און ווערט אריינגעגעבן צום ישיבה קטנה אין לאנדאן


מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט הר''ר נחמן ברוך שיף פארגעזינגען הארציגע דברי חרוזים מלא רגש וגעגועים, איבער די הרבצת התורה בעיר סיגוט ביי די צדיקים עצי התמרים, און האט אויסגעגראמט דעם געהויבענעם שב"ק מיט אלע דברי תורה וואס די רבי האט משמיע געוועהן במשך די שבת, און ממשיך געווען איבער די געוואלדיגע זכי' אז דער רבי האט אונז בוחר געווען צו ברענגן קיין סיגוט און 'אונז זעמער אלע תלמידים פונעם רבי'ן דא אין סיגוט', און ווען אונז גיימיר צום ציון וועלן מיר מתפלל זיין פארן רבי'ן און דער זאל אונז אינזין האבן


דערנאך האט מען אריינגעברענגט די ס''ת דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות, דער סופר איז געווען הרב חיים יצחק טווערסקי שליט"א בן כ''ק אדמו''ר מטשארנאביל שליט''א פון אשדוד


די רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש א לענגערע תורה בעניני כתיבת ס''ת, און מאריך געווען בדברי הדרכה פאר די בחורים וואס מען נעמט אהיים פון אזא שבת עס זאל באגלייטן א גאנצן לעבן און פארשידענע הדרכות פאר'ן בחור'ישן סדר החיים מ'זאל שטייגן מעלה מעלה


די רבי איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנהל הישיבה אין לאנדאן, און דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד וינועו אמות הסיפים, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן הרה''ח ר' אליעזר לעוו צו טאנצן, מיט בני משפחתו


דערנאך האט די רבי געהייסן אויסרופן אז טראץ די שפעטע שעה, וועט אי"ה 8:00 צופרי זיך אנהייבן דעם סדר הלימוד אינעם 'ישיבה של מעלה' אויף צוויי שעה






Comentários


bottom of page