top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בד"ה • הרבנית מרת אסתר רחל בראנדסדארפער ע''ה אשת הגה''צ רבי שמואל בראנדסדארפער חבר בד''ץ העדה החרדית

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 31 בינו׳ 2023
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 12 ביולי 2023

דינסטאג פ' בשלח ט' שבט ה'תשפ"ג

ree

קול בחצרות - ברוך דיין האמת פון בית שמש קומט אן אן די ביטערע בשורה איבער דער פרי צייטיגע פטירה פון האשה החשובה ה רבנית הצדקנית מרת אסתר רחל ברנסדורפר ע"ה אשת הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער חבר בד"ץ העדה החרדית ורב קהילות תולדות אברהם יצחק אין בית שמש וועלכע איז היינט נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 64 יאהר. דער רעבעצען איז געווען א בת גדולים וטובים, א טאכטער פון הרה''ח ר' מרדכי הערש ברייאר ע''ה מנקיי הדעת שבירושלים אין מחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק, כל ימי' איז זי צוגעשטאַנען מיט א געוואַלדיגן געטריישאַפט לימין בעלה הגדול, אַז ער זאָל קענען אָנגיין מיט זיין עבודת הקודש וזכתה לגדל בנים ובני בנים, בנין וחתנין רבנן, די לעצטע יאהר האט זי געליטן פון די ביטערע קרענק ל''ע אין היינט צופרי האט זי ליידער אויסגעהאכט איר נשמה ביום החופה אינעם טאג פון די חתונה פון אן אייניקל, די לוי' גייט ארויס היינט 10 אזייגער פארמיטאג פון איר שטוב רחוב הרב מבריסק אין בית שמש, אין וועט דורכגיין פארנט פון ביהמ''ד דחסידי תולדות אברהם יצחק אויף רחוב חזון איש, אין שפעטער אום 12 אזייגער מיטאג פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגענט אויפן וועג צום הר הזיתים.


מיגון לשמחה וועט היינט אויפדערנאכט געפראוועט ווערן די חתונה פון אן אייניקל ביים נפטרת החתן זוהן פון הרה''צ רבי יואל קאהן בן כ''ק האד' מתולדות אברהם יצחק שליט''א אין אן איידעם ביי הגאון הגדול רבי שמואל בראנסדארפער שליט''א, די חתונה ומט פאר אינעם גרויסן אודיטוריום אין דער שטאט ביתר.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות

תגובות


bottom of page