top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובכן צדיקים • שמחת בית טאהש געפראוועט אין וויליאמסבורג



תלמידי וחסידי טאהש זקנים עם נערים האבן זיך פארלאפענעם דינסטיג מיטגעפרייט, ביים דערהויבענעם שמחת הנישואין, ווען עס איז געגאנגען אונטערן חופה החתן נכד כ''ק האד' מטאהש שליט''א בן לחתנו הגה"צ רבי מרדכי אברהם גינזבערג שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מ'חוסט שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ רבי צבי הירש אשכנזי שליט"א מאלעסק.


ארום 7:30 איז די רבי ערשינען אין די זאלן פון עטרת אברהם צום מעמד הקבלת פנים, אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים, ווי עס איז געזינגען געווארן ניגוני דביקות מיט גרויס התעוררות. מיט הערליכע גראַמען האָט אויפגעטרעטן הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו, וועלכער האָט אויסגערעכנט די גרויסע זיידע'ס וואָס קומען אַראָפּ פון גן עדן העליון, זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה. דער רבי שליט"א האָט דערנאָך געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.


דערנאך איז דער רבי שליט"א מיט די מחותנים געגאנגען באדעקן די כלה, און דער רבי האט אנגעטון פארן חתן די קאפל מיטן גארטל פון אביו הרה''ק מטאהש זי''ע, און געלייגט די אש און געבענטשט די חתן, און מען איז ארויס צום חופה תחת כיפת השמים פארנט פון זאל


מיט סידור קידושין האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו כ"ק אדמו"ר מ'חוסט שליט"א, מיט די כתובה ליינען כ"ק אדמו"ר מ'הארעדענקא שליט"א פון פלעטבוש. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן: די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא מאנרטיאל שליט"א, הגה"צ אב"ד ווייטצען שליט"א, הגה"צ אב"ד ניימארק שליט"א, הגה"צ אב"ד סענדרא שליט"א, אין כ"ק אדמו"ר מ'אלעסק שליט"א פון וויליאמסבורג, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק האד' מטאהש שליט"א. תיכף דערנאך האט די רבי אנגעווינטשן כל הקהל הקודש אין משמיע געווען קורצע דברות קודש און דער גאנצער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחה.


נאכן מעמד החופה איז סערווירט געווארן א רייכע סעודת החתונה פאר די הונדערטער חסידים אין די זאלן פון עטרת אברהם, באזונדער איז פארגעקומען די סעודת החתונה פאר די בחורי חמד אין די זאלן פון ויואל משה, ווי די בחורים האבן זיך געוואשן צום סעודה, און בשעה 9:30 איז די רבי אריינגעקומען צום סעודה פון די בחורים אין די זאלן פון ויואל משה, ווי מען האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און מען האט געזינגען ווארימע ניגונים. די רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים, ווי די רבי האט ארויסגעברענגט קורת רוחו פון די בחורים וואס האבן געלערנט שעות רציפות כהכנה צו די חתונה, סיי פון ישיבה קטנה סיי פון ישיבה גדולה, אין אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות.

דערנאך זענען אלע בחורים אריבער ווינטשן לחיים פארן רבין פאר א לענגערע צייט, און דערנאך האט זיך די רבי מיטן גאנצן עולם אויפגעשטעלט טאנצן ובכן צדיקים און וחסד השם


אום 11 אזייגער איז די רבי ערשינען אין די זאלן פון עטרת אברהם, ווערענדיג ענטפאַנגען דורכ'ן ציבור בקול תרועת הזמר ובשמחה וצהלה. די רבי האָט געצינדן ליכט און זיך געוואשן צום סעודת החתונה, און ארויפגעשיקט שיריים פון די מאכלים. ווען דערביי האָט מען געזינגן ניגוני שמחה אָנגעפירט דורך די מקהלת המנגנים דחצר הקודש טאהש.


נאכדעם וואס דער חתן איז אריינגעקומען צום חתונה האט מען פארגעזעצט די פרייליכע און געהויבענע ריקודין וואָס האָט אָנגעהאַלטן במשך שעות, ווען דער ציבור האָט זיך געהויבן אין די לופטן מיט גרויס חיות און התלהבות, ווען אינצווישן איז א ריזיגער ציבור פאַרריבער וואונטשן לחיים פאַר'ן רבי'ן שליט"א און מקבל געווען ברכת הקודש בעידן חדוותא.


אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן רבני ודייני קהילות הקודש טאהש די שוואגער'ס פון טאהש'ער רבין, האדמו''רים מ'האדאס שליט"א, ספינקא מאנטריאל, גאב''ד טאהש מאנסי, זידיטשוב, חרדים זידיטשויב, אין באלחוב. און די קרובי משפחה מצד הכלה, האחים האדמו''רים והרבנים מאלעסק


במשך די חתונה זענען אנגעקומען צענדליגע אדמורי ורבני העיר זיך משתתף זיין ביי די שמחה בבית צדיקים, צווישן זיי: האדמו''רים מוויען, פאלטישאן, תולדות צבי דספינקא, תולעת יעקב, סקאליע, זלאטשוב, קאליש, זידישטויב פרעמיסלא, אין הרבנים הגאונים הצדיקים ר' זלמן לייב פילאפף אב''ד מכלל יופי, אב"ד בערזשאן, אב"ד סעליש, אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, דומ"ץ פאפא וומסב"ג, אב"ד לימנוב, אב"ד אולם, הרה”צ רח”מ האגער בן אדמו"ר מ'וויזניץ, אין נאך


אום איינס אזייגער האָט מען אָפּגעשטעלט דאָס טאַנצן, און מען האָט צוגעגרייט דעם זאל צו די ריקודין של מצוה. מיטן בענטשן איז מכובד געוואָרן דער ברודער פונעם מחותן הגה"צ רבי העניך אשכנזי מאלעסק אב"ד אבני צדק קרית יואל, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן הגה"צ אב"ד מיקאלייאב שליט"א, הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש מ'ווייטצען, אב"ד סוואליעווא, אב"ד חמעלניק, דעם רבינס זוהן הרה"צ רבי אברהם יודא סג"ל, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מ'נאנאש שליט"א.


דער בדחנא דמלכא הר"ר יוסף מאיר הערשקאוויטש שליט"א האָט גענומען דאָס וואָרט, און צום ערשט אויסגערופן די "מנחת ביכורים" פוןטויזענטער שעות לימוד התורה מיט וואס די בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות האבן אריינגעהארעוועט זיך גרייטנדיג צום שמחת החתונה, און די מנהל ישיבה גדולה הרה"ג ר' שמעון יחיאל ראטה האט איבערגעגעבן די מנחת ביכורים פארן רבין שליט"א


דערנאך האט ער מיט הערליכע חרוזים אויפגערופן דעם רבין צו די ריקודין נאָכ'ן זינגן ניגוני התעוררות, האָט די רבי אָפּגעראָכטן די געהויבענע עבודה פון די ריקודין של מצוה, אין מיט א זעלטענעם התלהבות אפגעראכטן די עבודת הקודש, בעת דער ציבור פון אַלע זייטן האָט זיך געהויבן אין די לופטן. שפּעטער האָט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט די ריקודין מיט די חתן ווען אינצווישן זענען אַריינגעקומען אינעם רינג די גאַנצע משפּחה קינדער און אייניקלעך פון רבין

דערנאך האט מען ארויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידע'ס אין מחותנים און חתן כלה.

bottom of page