top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי גור אין לאנדאן אונטערן רושם פונעם באזוך פון הרה''צ רבי אברהם מרדכי אלתר זוהן פון גערער רבין

מאנטאג פ' בשלח ח' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - חסידי גור ושבי לאנדאן האָבן מיטגעלעבט געהויבענע טעג בצלו פון חשובן גאסט הרה''צ רבי אברהם מרדכי אלתר בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכער האָט אָפּגעשטאַט א שיינעם באַזוך אין בעיר הבירה לאנדאן

הרה"צ רבי אברהם מרדכי איז געקומען צו פאָרן קיין לאנדאן בשליחות הקודש פון אביו הגדול מחזק צו זיין די קהילות הקודש דחסידי גור אין לאנדאן, און פראווען א שבת התאחדות אינאיינעם מיט די חסידים, רבי אברהם מרדכי איז אַרויסגעפאָרן פון ארץ ישראל פארלאפענעם מאנטיג, און זיך אויפגעהאלטן דוכאויס די וואך אין קענווי איילענד אויף אפרוה, און איז דאָנערשטאָג פאַרנאַכטס אָנגעקומען קיין לאנדאן. פארנאכטס האָט דער חשובער גאסט באַשיינט דער סעודת הילולא לרגל ה' שבט יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'שפת אמת' מגור זי"ע וואָס איז אָפּגעראָכטן געוואָרן אין די זאל פון יסודי התורה אין די סטעמפארד הילל געגענט מיט דאָס השתתפות פון א גרויסן ציבור פון הונדערטער חסידים פון אלע געגנטער אברכים בעלי בתים, בחורי הישיבות און ילדי החמד ובראשם די רבני העיר, הרה''צ רבי אברהם מרדכי האָט אויפגעטרעטן מיט די צענטראַלע דרשה און אַרומגערעדט בגדולת היום, ובמשנתו פון בעל ההילולא. פרייטיג אינדערפרי האט ער באזוכט אין די גערער ישיבה 'לב שמחה' ווי עס איז פארגעקומען א סדר לימוד מזומנים, ווי רבי אברהם מרדכי האט זיך אומגעקוקט אויף די לומדים מיט גרויס התפעלות. אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אינעם תלמוד תורה דחסידי גור אינאיינעם מיט א מעמד חיזוק און כבוד התורה ספעציעל געאייגענט פאר די הונדערטער ילדי התלמוד תורה דחסידי גור פון לאנדאן וועלעכע האבן זיך פארהערט אויף בלעטער גמרא מזומנים בעל פה אין ראם פון ארגון 'כל בניך', וואס הרה''צ רבי אברהם מרדכי שטייט בראש פון דעם ארגון וואס איז געגרינדערט געווארן מיטן לח אריינצוברענגען די רעוואלוציע פון ידיעת התורה אויך ביי די צעירי הצאן, ווי ר' אברהם מרדכי האָט משמיע געווען וואַרימע דברי הדרכה וחיזוק. שבת איז געפראוועט געווארן א געהויבענעם שבת התאחדות פאר כלל חסידי גור תושבי לאנדאן, די אלע שטיבלעך דחסידי גור אין שטאט זענען געווען פארשלאסן, און מהאט אינאיינעם געדאַווענט די תפלות בצוותא חדא אין די זאל פון יסודי התורה, פרייטאָג-צו-נאַכטס האט הרה"צ ר' אברהם מרדכי געפּראַוועט די סעודת שבת אין די שטיבל 'בית יצחק דוד' דחסידי גור, אינאיינעם מיט די קרוב צו הונדערט בחורי הישיבה קטנה 'לב שמחה', און משמיע געווען דברי תורה וסיפרי צדיקים. שבת אינדערפרי האט ער געגעסן די סעודה בבית האכסניא ביי הנגיד ר' אפרים אלתר, שלש סעודות איז געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט, ווי ר' אברהם מרדכי האט משמיע געווען א לענגערע שמועס פאר די חסידים. מוצאי שבת נאכן זמן איז פארגעקומען א סדר לימוד מזומנים אין די באבובע בית מדרש וואס געפינט זיך בשכינות פונעם זאל, עס איז געווען א מחזה הוד ווי הונדערטער יונגעלייט און בחורים זענען געזעצן און געלערנט א לענגערע צייט, הרה"צ רבי אברהם מרדכי האט זיך ארומגעדרייט בין ספסלי דבי מדרשא מיט א קענטיגע גרויס קורת רוח פונעם קול תורה וואס האט אפגעהילעכט אין ביהמ''ד דערנאך האט ער באזוכט ביי עטליכע מנכבדי החסידים און ביי הנגיד החסיד ר' אליש אנגלנדר, שפעטער מוצאי שבת האט ער זיך משתתף געוועהן ביים דינר לטובת כולל פולין לצדקת רבי מאיר בעל הנס היינט זינטיג אינדערפרי האט ער באזוכט אין די גערער מתיבתא ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, נאכמיטאג שעות איז ער אנגעקומען צו די גאלדערס גרין געגענט אין ארויף צו עטליכע נדיבים בעם,באנאכט האט ער געדאווענט מעריב אין די גערע שטיבל אין גאלדערס גרין אין דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו, מארגן מאנטיג וועט זיך הרה"צ רבי אברהם מרדכי אומקערן אהיים קיין ארץ ישראל איבערלאָזנדיג הויפנס מיט רוחניות'דיגע השפּעות וואָס וועט אויף לאַנג געדענקט ווערן.

Yorumlar


bottom of page