top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נִמְשַׁחְתָּ מִמִּדַּת הַקֹּדֶשׁ: אלפי חסידי סקווירא מיטעלעבט גאר געהויבענער ל"ג בעומר בצל הקודש

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

גאר געהויבענע מאמענטן איז פאראיבער ביי די פייערליכע מעמד ההדלקה לכבוד היום ל"ג בעומר בחצר הקודש סקווירא וואס איז ווי אין די פארגאנגענע יארן געווען א געהויבענער איבערלעבעניש פאר יעדן וואס האט דאס מיטגעהאלטן.


בכניסת היום האבן זיך מאסן אידן פון איבער גרעיטאר ניו יארק, ניו דזשערסי, און די ארומיגע סטעיט'ס, פארזאמלט אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פארקינג לאט וועלכע איז ספעציעל דעזיגנירט געווארן צו קענען אקאמאדירן די ציבור האלפים, די לאנגע פופצן שטאקיגע פארענטשעס זענען אויך גלייך איבערגעפילט געווארן מיט טויזענטער אברכים און בחורי חמד.


ארום ניין אזייגער איז די רבי שליט"א ערשינען צום מעמד און ארויף ביז צו די פלאטפארמע נעבן די מקום המיועד פאר די מדורת קודש, מען האט אנגעהויבן זינגען ווארעמע ניגוני התרוממות והתעוררות ביזן זמן מעריב ווען מען האט געדאווענט מעריב ברוב עם. בעפאר שמונה עשרה האט מען צוגעברענגט א מחיצה וואו דער מנהג פון רבי'ן צו דאווענען אין א אפגעזונדערטע חדר מיוחד. נאך מעריב האט מען געהאט די זכיה צו הערן קולו הקודש ביי ספירת העומר הוד שבהוד מיט גרויס בכיות.


נאך מעריב האט הרה"ג ר' אברהם יצחק לונגער שליט''א דומ''ץ ביהמ"ד סקווירא אויף בעיטס אדרעסירט די מעמד מיט דברי התחזקות בעניני טעכנאלאגיע ובפרט האט ער מעורר געווען איבער טעקסט, וואס רבים חללים הפילה.


נאכן זינגען א ניגון הכנה האט מען געהערט לענגערע דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א איבער די גודל קדושת היום און דער פליכט אויסצונוצן אזא הייליגע טאג, גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא רבי שמעון וואס איז געווען א חטיבא אחת פון אהבת השם, און טון מצוות מיט א חיות און א פרישקייטש, די רבי האט ארויסגעבענגט די גרויסע זכות הרבים און ווארעם אנגעוואונטשן די באטייליגטע ציבור מיט ברכות לרוב בזכותו פונעם גרויסן בעל ההילולא.


דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט די ניגוני התעוררות צווישן זיי דער הייליגער קארלינער זמר קה אכסוף, וואס מען האט איבערגעזינגען אויף אידיש מיט די ווערטער 'רבונו של עולם האב שוין רחמנות', בשעת די רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צו די מקום המדורה און געגאסן אויל פון עטליכע זילבערנע קריגלעך וואס איז איבערגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' שלום בער פישל הי"ו מראה"ק.


הנגיד ר' אהרן אונגער הי"ו מחשובי חסידי סקווירא אין מאנסי וועלכער האט אפגעקויפט די זכות הדלקה איז מכובד געווארן איבערצוגעבן דעם פייער-פאקל לידו פונעם רבי'ן שליט"א, און בעת דער ציבור האט פייערדיג געזינגן "לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי" האט דער רבי שליט"א אנגעצינדן דעם מדורת אש, זייענדיג מדליק דערמיט דעם ברענענדיגן פלאם אין די הערצער פון די טויזנטער חסידים וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, בעת דער רבי שליט"א איז מעודד די ריקודין של שמחה מיט אויסטערלישע תנועות וואס האט זיך פארצויגן אויף א לענגערע צייט.


בשעתן זינגען די פזמונים און נאך פרייליכע ניגונים, האט זיך דער רבי נאכאמאל אויפגעשטעלט צו מעודד זיין די ניגונים מיט א להבת אש, אזוי האט מען געטאנצן מיט ריקודין עילאין ביז נאך 11:30 באנאכט.


אויפצומארגנס דינסטאג נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום, ביים עריכת השולחן האט די רבי שליט"א מכבד געווען די רבנים חשובים מיט ניגונים, צווישן זיי הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, צו זינגען בר יוחאי. בשעת עריכת השולחן האט מען געזינגן ניגוני התעוררות מיט א דביקות און ברען ווען פונעם רבינס אויגן גיסט זיך טייכן טרערן למען עמך ישראל הזקוקים לדבר ישועה ורחמים.


די רבי שליט"א האט געבענטש און דערנאך איז די ציבור האלפים אריבער וואונטשן לחיים, ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעהן ווען די רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.



bottom of page