top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • לפני 59 דקות
  • זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' בהר בחוקתי • כ' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ריש חבורת נחלת יעקב, ביים אנקומען מוצאי ל"ג בעומר קיין מירון, מעוטף בטליתו, נאכ'ן קלעטערן דורך די וועלדער פאר שעות ארוכות.


האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים ביים פארהערן די אינגעלייט אין כולל חשק שלמה אין לעיקוואד בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך אין שטאט.


אן אויג-פארכאפנד בילד פונדערהייך אויף דעם ציבור האלפים וואס האבן זיך פייערליך מיטגעפרייט ביים הדלקה אדירה דעם ל"ג בעומר אין שטאט קרית יואל.


די באסעס פארנט פון ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען פירן דעם ציבור צום גרויסן ל"ג בעומר טיש וואס האדמו"ר מפשעווארסק האט אפגעראכטן אינעם אפרו-ארט אין האלאנד.


ספעציעל ערצייגטער עלעוועיטאר פאר האדמו"ר מסקווירא צו קענען לייכטערהייט אנקומען אויפן הויכן פלאטפארמע ביים מעמד הדלקה פארלאפענעם ל"ג בעומר, און ווערט אויך באנוצט ביי אנדערע גרעסערע מעמדים אין שיכון סקווירא.


האדמו"ר מאונגוואר איז מחזק א גרופע בעלי תשובה אין פאריז בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך קיין פראנקרייך לחיזוק הדת.


האדמו"ר מסאטמאר ביים אפשערן הילד זון פונעם געוועזנער הויז בחור האברך ר' אלטר ברוך גפן הי"ו, צווישן די קרוב צו "צוויי הונדערט" יונגע קינדערלעך מתלמידי המוסדות הקדושים.


וויכטיגע תקנה איינגעפירט אין ישיבה ומתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר פון אלע סניפים אנבאלאנגט די תפילין בייטלעך וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א נייע "סטייל" אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו.


המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מתפלל ביים קבר רחל אמנו דעם דינסטאג באשמורת הבוקר נאכן גראנדזיעזן מעמד ההדלקה אין ירושלים, מיט א שבח והודיה אז די מעמד איז אריבער אן קיין מכשולות און א בקשה על העתיד אז יעדער זאל האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס בזכות התנא האלוקי רשב"י.



האדמו"ר מראחמיסטריווקא אויפן וועג ארויף מיט א גאלף קאר צום מערה אין אתרא קדישא מירון, דעם מאנטאג נאכט ליל ל"ג בעומר.


העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער טרעט אויף ביים הכנסת ספר תורה אין מאגלעניץ פולין, ביים שבת מרומם אין שפיץ פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, וואו ער האט ארויסגעהויבן בשבחו פון ידידו דער דער נדבן הספר תורה הנגיד ר' בערל ווייס שיחי'.


הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא נעמט אנטייל ביי איינע פון די אסיפת מלמדים ביים יום החינוך דורך אלע מחנכים אינערהאלב מוסדות סקווירא פארגעקומען אין קאנעטיקוט.


הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א ווערט געזעהן מתפלל זיין ביים ציון הק' אין קערעסטיר נאכן מיטהאלטן דעם רייכן שבת "נחלת הבונים" בראשות האדמו"ר מוויען אינעם דערנעבנדיגער שטאט טאקאי.


דער מעיאר פון שטאט מאגלעניץ ביים ערהאלטן א טייערן וויין פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען לטובת דער אידישע בית החיים אין שטאט וואו עס ליגט באהאלטם דער הייליגער שרף ממאגלניצא זי"ע.


טעימה קלה פון די הייליגע ריקודין פון האדמו"ר מסאטמאר ביים היסטארישן ספר תורה וואס דער רבי האט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר להיכל ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.


רירנדע באגעגעניש צווישן המשפיע המפורסם רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב און דעם באקאנטן איש החסיד הרב יעקב אליעזר שישא, וועלכע ערהוילט זיך שוין ב"ה נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע די לעצטע תקופה.


האדמו״ר מסקווירא איז מנחם אבל הרה"ח ר׳ מיכאל בוכינגער הי״ו מזקני תושבי שיכון סקווירא על פטירת בנו ר׳ יעקב ע״ה.


האדמו"ר מסקאליע אין א שמועס מיט ש"ב הגה"צ ר' משה מאיר לעדערמאן שליט"א אב"ד יאזלאוויץ, ביים לויה פון שאר בשרם הרבנית רלב"ג ע"ה רעכטע אייניקל פון הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע, וואס איז פארגעקומען אין מאנהעטן.


דער משמח אלוקים ואנשים ר' חילא פאזען הי"ו מערקט "קרישקעס" אויפן דאך פונעם בית התבשיל היכל ישעי' ביים מיטהאלטן די היסטארישע הכנסת ספר תורה פון האדמו"ר מסאטמאר ברחובות וויליאמסבורג.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנצינדן די הדלקה אין ירושלים איינגעוויקלט אין א שאל צוליב די שווערע וועטער.


האדמו"ר ממעזיבוז ביים בלאזן שופר ממתיק צו זיין די דינים איידערן זיך ארויסלאזן אין וועג קיין מירון ביום ל"ג בעומר.


באגריסונג מטעם "עירוב דרבינו יואל" אין בלימינגראוו קרית יואל, לכבודו פון הנגיד החסיד ר' שמעון דושינסקיא הי"ו וועלכער האט מנדב געווען א סכום עצום פארן גדר העירוב לרומם קדושת השבת אינעם שכונה.


הונדערטער אידן מאכן דעם וועג צופיסנס ארויף קיין מירון, צוליב די בלאקאדעס אויף אלע שאסייען אין געגנטער וואס פירן קיין מירון.


דער סאטמארער נגיד ר' יואל ישראל זופניק באגריסט זיך מיט הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא ביים נגידישן שבת בחצר הקודש בעלזא מול מקום המקדש.


הרה"צ רבי נפתלי צבי ווייס האדמו"ר מספינקא בית שמש באזוכט ביי גאב"ד מאקאווא אין קרית אתא אין באגלייטונג פון הנגיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד.


האדמו"ר מסאטמאר ביים אויפרייסן די חלה, כמנהג אבותיו צדיקי בית סיגוט - סאטמאר ביום ערב שבת קודש, ביים טיש לכבוד פסח שני וואס איז אויסגעפאלן פרייטאג.


הכנסת אורחים "אור הרשב"י" ווירבלט מיט הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן במשך פונעם געהויבענעם טאג ל"ג בעומר.


הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א ווערט געזעהן צווישן די וועלדער בגלילות מירון, מיט מסירות נפש ארויפצוקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון ביומא דהילולא ל"ג בעומר.


דער טאלאנטפולע פאטאגראפירער איצי מ. מערקט "קרישקעס" אויף די דעכער פון די בניני המוסדות אין סקווירא שטעטל ביים פאראייביגן דעם מעמד ההלדקה דורך האדמו"ר מסקווירא ברחובות קרי'.


האדמו"ר מסאטמאר אין א עקסטאזליכע ריקוד מיטן אפענעם ספר תורה ביים גרויסן מעמד סיום כתיבת האותיות דעם ליל ל"ג בעומר.


הרה"צ רבי יוסף צבי לייזער אבד"ק פשעווארסק מאנסי בן האדמו"ר מפשעווארסק באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אין ירושלים.


הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א דינט אלס שליח ציבור צו ספירת העומר אינעם קענעדי לופטפעלד אונטערוועגנס צו די מקומות הקדושים אין פולין.


א גרעסערע קבוצה יתומים וואס זענען אנגעשלאסן אין די בארימטע אירגון "זה לזה" בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסקולען ירושלים, לקראת יום שמחת לבם, די גרויסארטיגע שמחת הבר מצוה וואס וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אין די נאנטע וואכן.


די חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי אויף א וויכטיגע זיצונג היינטיגן ליל שישי במעון תורתו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט''א אין שאטן פונעם ביטערן גזירת הגיוס.


די הערליכע גאלד און זילבערנע כתר תורה, און אנדערע תשמישי קדושה פאר דער ספר תורה פון האדמו"ר מסאטמאר.


האדמו"ר מבעלזא ביים אנצינדן דער פייער פאקל פארן הדלקה רבתי אין חצר פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא בליל ל"ג בעומר.


המקובל הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א אין א ריקוד נלהב אינעם חצר המערה אין מירון ארומגענומען מיט חסידים ומעריצים.


האדמו"ר ממעזיבוז ביים פארטיילן סכומים הגונים לצדקה אנקומענדיג צום ציון הק' אין מירון ליל ל"ג בעומר.


שמחה עצומה ביים מעמד ההדלקה רבתי דורך הרה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א דעם ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


אין די טעג איז די היסטארישע פאר תפילין פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע מירושת אבותיו הק', אנגעקומען צוריק צו די יורשים דאורייתא, נאכפאלגנדיג די הארציגע בקשה ואזהרה פון אלע ברודער און שוואגער האדמורי”ם והרבנים שליט”א בני הרה”ק בעל ברך משה זי”ע.


דער משמח אלוקים ואנשים ר' וואלווא קירשנבוים בקודש פנימה ביי האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה די וואך.


האדמו"ר מוויזניץ ביים מקיים זיין דער מנהג היום פון שיסן פייל און בויגן ביום ל"ג בעומר.


תחת קורת גג: האדמו"ר מספינקא ביים הדלקה לכבוד ל"ג בעומר אין ביהמ"ד צוליב די שווערע וועטער איבער גאנץ ארה"ק.


האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אהיים נאך תפילת שחרית די וואך, באמערקט דעם מאיעסטעטישן טאוול וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן בחצר גינת ביתן המלך לכבוד דעם רבינס הכנסת ספר תורה דעם ל"ג בעומר.


צענדליגער אידן רוען זיך אפ אין קארלסבורגער ביהמ"ד אין מירון זייענדיג אפגעמוטשעט פונעם טלטול הדרך נאכן קלעטערן דורך די וועלדער פאר שעות ארוכות.


האדמו"ר מוויען ווערט געזען ארויסקומענדיג פונעם ניי-איבערגעבויטן הייליגן הויז פון די צדיקי בית גור נבג"מ.


דער געהויבענער גאסט פון ארץ ישראל גאב"ד מאקאווא טיילט אויס שיירי מצה ביים מעמד 'צדקת רבותינו' לטובת כולל שומרי החומות פארגאנגענעם ליל שישי; עס ווערט באמערקט ר' יוחי פליישמאן הי"ו, דער בארימטער מסיבה קאארדינאטאר, נעמענדיג שיריים.


די בארימטע רענטעסטיק פארטי רענטאל פירמע ביים אנגרייטן א ריזן שאטער אין די מאנטיבעללא געגענט, לכבוד דעם שבת בראשות דעם אורח הדגול גאב"ד מאקאווא.


הנגיד ר' אהרן גאטליב הי"ו מערקט "קרישקעס" ביים מקיים זיין דעם מנהג פון חץ וקשת אום ל"ג בעומר, אין חצר פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.


הגה"צ ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א אבד"ק שער התפילה, זון פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א אין א דביקות'דיגע מאמענט ביים סעודה לכבוד ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


ערהאבן בילד פון די הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סאטמאר בחוצות העיר וויליאמסבורג.


אווירה דמירון אינעם בנין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א סעודה רחבה לכל הקהל הקודש לכבוד ל"ג בעומר בעפארן טיש פון האדמו"ר מבעלזא.


האדמו"ר מסקאליע באזוכט ביי הרב משה קראסניאנסקי שליט"א רב בית חב"ד אין אפפער איסט סייד מאנהעטן, זייענדיג צוגאסט אין שטאט צו א לוויה פון א קרוב משפחה.


העסקן ר' חיים רבינוביץ הי"ו מראשי העסקנים אין אתרא קדישא מירון ביים אנגרייטן די מערכת המדורה וואס רבו האדמו"ר מבאיאן האט אנגעצינדן בליל ל"ג בעומר אויפן דאך פונעם מערה אין מירון.


דער אלעמען באקאנטער משמח אלוקים ואנשים ר' ארי' אבראמאוויטש מערקט "קרישקעס" ביים פארטיילן נארהאפטיגע טעימה פאר די טויזנטער עולי מירון אין טאג פון ל"ג בעומר.


שמן משחת קודש: דעם ערב ל"ג בעומר האט האד' מוויזניץ געשיקט א פלעשל שמן זית פאר'ן באיאנער רבי'ן שליט"א, כדי ער זאל עס אריינגיסן בשליחותו ביי די צענטראלע הדלקה אויפן ציון הק' אין אתרא קדישא מירון. דער שליח, בנש"ק הרב חיים שלמה דאכנער, האט איבערגעגעבן דאס פלעשל אויל אין מירון פארן משב"ק פונעם באיאנער רבי'ן, הרב מרדכי דוד שנייד.


ספעציעל ארגאניזירטע נסיעה קיין מירון פאר די נגידי ובוני ממלכת הישיבות בעלזא וועלכע האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא".


הנגיד החסיד ר' בעריש בערגער הי"ו ראש הקהל סאטמאר לאנדאן ביים איבערגעבן א מתנה חשובה פאר האדמו"ר מסאטמאר, מטעם קהל יטב לב אין לאנדאן, דעם רבינס נייעם ספר "קול יהודה" וואס איז ערשינען צום הכנסת ספר תורה די וואך אין א הערליכן פארמאט פון ריין זילבער.


אבד"ק סאטמאר ירושלים און הגה"צ רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א אבד"ק סאטמאר לינדען וואונטשן זיך לחיים ביים מעמד קביעת מזוזות אין די נייע אפיסעס פון די "ליפטרעקס" עלעוועיטאר פירמע אין וויליאמסבורג.


אידישע קינדער אויף די וועגן און שטעגן קיין אתרא קדישא מירון, גייענדיג לאנגע שטרעקעס אנצוקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון אום ל"ג בעומר.


דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים אנצינדן דעם נר תמיד אויפן ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה אין טאג פונעם יארצייט, פסח שני.


גאב"ד מאקאווא דאוונט מעריב מיטן מנין אויפן עראפלאן אהיים פון ניו יארק.


שיין בילד פון האדמו"ר מקאמאדא ביים שמעקן בשמים אויף הדסים כמנהג המקובלים, נאכן וויילן שבת בעפאר ל"ג בעומר אין שטאט חיפה.


העסקן ר' דוד ראטה הי"ו מראשי קהילת באבוב בארה"ק בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבעלזא אין די "מצודת דוד" האטעל אין ירושלים, ביים מקבל זיין ברכת קדשו נאכן ארויסהעלפן בעצה ובמעש לטובת דעם גייסטרייכן שבת לנגידים.


האדמו"ר מנאראל איז זיך משטתח ביים ציון פון אמו הרבנית מנאראל ע"ה אויפן הר המנוחות אין טאג פון די יארצייט דעם אנהייב וואך.


הרב אברהם שמעון בורנשטיין הי"ו אנהאלטנדיג זיין חזקה איבערצופארבן יערליך פאר ל"ג בעומר די מסורה'דיגע אויפשריפט "כי לא תשכח מפי זרעו" ביים פתח המערה.


אומגלויבליך בילד ווי אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זיצן אינעם היכל התורה אין קרית יואל, איבערגעבויגן איבער די גמרות, שו"ע, וכדו' אויסנוצנדיג די לעצטע מינוטן בעפארן ריזיגן מעמד הדלקה.


דער געהויבענער מעמד ההדלקה בראשות המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א דעם ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון.


כאחד האדם: האדמו"ר מוויען מערקט "קרישקעס" דעם פארלאפענעם ערב שבת ביים עוסק זיין בתורה אין רבי ישעילע‘ס הויז אין קערעסטיר.


ביים ל"ג בעומר טיש בחצר הקודש קרעטשניף סיגעט מערקט "קרישקעס" דעם רבינס יונגערע ברודער הרה"צ רבי מאיר אריה לייב ראזנבוים שליט"א וואס איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל לכבוד ל"ג בעומר.


הרה"צ רבי חיים יהושע שארר שליט"א חדב"ן האדמו"ר מגור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתו חידושי הרי"ם, ביים הדלקה אין מירון לכבוד התנא האלוקי רשב"י אין די טעג בעפאר ל"ג בעומר.


האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא אויפן באס בעת די נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע לערנענדיג בחברותא מיט הנגיד ר' זונדל פערנבאך הי"ו פון לעיקוואד.


לקדש שם שמים: ריזיגער טאוול ביים גרויסן הדלקה אין קרית יואל מיט שארפן פראטעסט קעגן מדינה הציונות


ושאבתם מים בששון: המשפיע הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער שליט"א אבד"ק היכל התפילה אין בארא פארק ביים "דערפרישן" די משתתפים ביים ל"ג בעומר הדלקה.


רפואה שלמה תרפאנו: המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מזכיר האדמו"ר מבעלזא לבריאות השלימות ביים מעמד ההדלקה האדירה דעם ל"ג בעומר אין ירושלים.


האדמו"ר ממבקשי השם אין א ריקוד נלהב ביים מעמד ההדלקה רבתי אין שטאט קרית יואל בראשות האדמו"ר מסאטמאר.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ווערט באמערקט זיך אריינכאפן אין אתרא קדישא מירון דורך געדרייטע אונטערוועגן און שטעגן.


אן אויג-פארכאפנד בילד פונדערהייך אויף די ציבור האלפים וואס האבן זיך פייערליך מיטגעפרייט ביים הדלקה פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, ליל ל"ג בעומר אין ירושלים עיה"ק.


מערכת בחצרות הקודש וואונטשט א הארציגע ברכת מזל טוב, פאר ידידנו העומד לימיננו בכל עת ובכל זמן, הבחור החתן שלום כהן הי"ו ממייסדי המערכת, לרגל זיין שידוך שליסן אין א מזל'דיגע שעה.


א ברכת מזל טוב לידידנו העומד לימין המערכת הרב שאול יהודה שטיין שיחי' לרגל הולדת בנו למזל טוב.


bottom of page