top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות ביי תושבי ניו יארק צום ערשיינונג פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א

  • 39false59 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד האבן תלמידי וחסידי בית קרעטשניף אויפגענומען די בשורה טובה, אז רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א וועט אי"ה ערשיינען בשערי ניו יארק אויף א געהויבענע און שמחה'דיגע באזוך, לפאר על ראש שמחתו ביים שמחת החתונה פון אן אייניקל. צום הויכפונקט פון דער נסיעה וועט דער רבי שליט"א פראווען א גרויסע שבת של שמחה אין שטאט וויליאמסבורג.


דער רבי שליט"א קומט צו פארן צו באשיינען די שמחת החתונה פון אן אייניקל, דער חתן, א זון פון זיין זון המשפיע הגה"צ ר' מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך אמונה, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק אודווארי שליט"א. עב"ג הכלה א טאכטער פון הגה"צ ר' משה פאנעט שליט"א, אבד"ק דעעש לעיקוואוד, איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א, דומ"ץ סאטמאר לעיקוואוד.


די חתונה וועט אי"ה פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת תצוה, ו' אדר, אין די פאונטען באללרום זאל אין שטאט לעיקוואוד. שבת קודש פרשת תרומה, שבת אויפרוף, וועט דער רבי שליט"א פראווען דעם שבת אין שטאט וויליאמסבורג, וואו עס איז ערווארטעט א גרויסער ציבור מיטצוהאלטן דעם שבת בצל הקודש.


דער רבי שליט"א וועט אנקומען קיין ניו יארק אנהייב קומענדיגע וואך פרשת תרומה, און וועט זיך אויפהאלטן די נאכפאלגנדע טעג אין בארא פארק בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה אלעזר גאלדשטיין הי"ו. דורכאויס די ימי הביקור וועט דער רבי שליט"א באשיינען א רייע מסיבות און מעמדים לטובת ישיבתו הק' מבצר התורה קרעטשניף אין אלעד וואס וועלן פארקומען אין וויליאמסבורג, קרית יואל און סיגעיט. אויף די שבת של שמחה אין וויליאמסבורג איז ארויסגעדינגען געווארן די פראכטפולע חתונה זאל "גינת אסתר", וואו עס וועלן פארקומען די תפילות און טישן ברוב עם.


דערנאך וועט דער רבי שליט"א פארבלייבן אין ניו יארק ביז מיטוואך פרשת תצוה, ווען דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.



bottom of page