בפניא דמעלי שבתא: שמחת הברית פון אייניקל ביי האדמו"רים מאמשינוב און קרעטשניף פארגעקומען אין ביתר
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי
דעם ערב שבת קודש כחצות היום אנגעקומען איז פארגעקומען אין שטאט ביתר די שמחת הברית פון אן אור אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מאמשינוב און קרעטשניף, בן הנולד ביי הרב יואל זוסמאן ראזענבוים שליט"א זון פון הגה"צ רבי חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף ביתר, און איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי היילפרין שליט"א אבד"ק ראדאמישלא ביתר, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד קרעטשניף אין ביתר, וואו דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט באשיינט די שמחה, די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א האט זיך נישט משתתף געווען ביי די שמחה נאך וואס דער רבי איז כדרכו מקבל שבת אין א פריע שעה.
דער אמשינובער רבי שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, וואס ווערט באטראכט אלס א זעלטענע ערשיינונג ווען דער רבי נעמט זעלטן אן די כיבוד פון סנדקאות. דער זיידע, אבד"ק קרעטשניף ביתר איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו און עמידה לברכות, און דער ראדאמישלא רב פון ביתר מיט ברכות און קריאת השם. ויקרא שמו בישראל יצחק לייבוש, נאכן זיידן כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל בעל שדי יצחק, שטייענדיג נאך בשנת האבילות להסתלקותו.
נאכן ברית האט דער אמשינובער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה. דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף מזונות, און מען האט געזונגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן עולם, און געזאגט תורה, זייענדיג משלב עניני ברית מילה מיטן פרשת השבוע.
נאכן תורה האט דער רבי געזאגט א ברכה אחרונה, און ביים ארויסגיין איז געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב. ביים לחיים נאכן ברית האט זיך אויך באטייליגט דער פעטער כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א. ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג האט זיך דער רבי צוריקגעקערט למעון קדשו אין בית וגן ירושלים, בשעת די משפחה האט פארגעזעצט מיט די סעודת הברית.





































תגובות