top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיירה פון האד' מסקווירא פארמישט אין קאר עקסידענט אין מאנסי, קיין געשעדיגטע ב"ה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 11 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג וירא • י' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

היינט אויפדערנאכט איז כ''ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א געוועהן פארמישט אין א קאר עקסידענט זייענדיג אויפן וועג צום חתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר אין מאנסי.


די רבי'ס שיירה איז געוועהן אונטערוועגנס פון שיכון סקווירא קיין מאנסי אויף די וויאלע גאס ווען א שנעל פארביי-פארנדע קאר האט אריינגעקלאפט אינעם רבינס קאר און האט פאראורזאכנדיג מילדע שאדנס צום אויטא, קיינער איז בחסדי שמים נישט פארוואונדעט געווארן.


דער רבי און די משמשים האבן תיכף פארלאזט די סצענע און ממשיך געוועהן מיט די נסיעה מיט אן אנדערע קאר צו די "אר-סי-סי" קאמפלעקס וואו עס קומט יעצט פאר די חתונה הגדולה בשמחת בית צדיקים ובמקהלות עם רב.


דעם רבינס שיירה אויפן וועג צום חתונה אין מאנסי


תגובות


bottom of page