ראשי ארגון “צדק“ באזוכן ביי האד' מסקווירא אינאיינעם מיט אידישע טורמע טשאפלעינס
- 4 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' בהר בחוקתי • י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן אויסנאמליכע באזוך איז דעם פארלאפענעם מוצאי שבת פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא, וואו עס זענען אריין אל הקודש פנימה די ראשי העסקנים פון די בארימטע "צדק" ארגאניזאציע אינאיינעם מיט א דעלעגאציע אידישע טשעפלעינס וואס געבן זיך אפ מיט אחינו בני ישראל יושבי חושך וצלמות וועלכע שמאכטן ליידער אין די פעדעראלע תפיסות ברחבי אמעריקא.
אין שפיץ פון די דעלעגאציע איז געווען העסקן הנמרץ ר' משה מארגארעטן, גרינדער און יושב ראש פון "צדק", אינאיינעם מיט הרב אברהם ריכטער, דער הויפט טשעפלען פונעם פעדעראלן ביורא אוו פריזאנס, און הרב חנניה שטיינמעץ, וועלכער דינט אלס טשעפלען אינעם "פארט דיקס" פעדעראלער טורמע אין ניו דזשערזי. אויך איז געווען אנוועזנד דעם רבינס בן זקונים הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א, וועלכער פארמאגט נאנטע פארבינדונגען מיט די עסקנים פון "צדק", און איז זעלבסט אריינגעטון אין די עסקנות למען אסירי ישראל.
דורכאויס דעם באזוך איז דיסקוסירט געווארן די לעצטיגע דראסטישע טוישונגען און פרישע פאליסיס וואס זענען לעצטנס אויסגעארבעט געווארן דורך "צדק" אינאיינעם מיט די פעדעראלע רעגירונג, וועלכע ערלויבן פאר נאן פראפיטס ארגאניזאציעס צו שפילן א פיל גרעסערע און משמעות'דיגע ראלע אין העלפן ארעסטאנטן.
די עסקנים האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן א גענויע באריכט איבער די נייע מהלכים וואס וועלן בעזרת השם עפענען נייע טירן צו פארבעסערן די הומאניטארישע הילף און רעליגיעזע געברויכן פאר די אסירי ישראל יושבי חושך וצלמות, און עס איז דורכגעשמועסט געווארן די מעגליכקייטן צו צושטעלן מער תשמישי קדושה און אנדערע וויכטיגע הילף-מיטלען וואס זענען ביז היינט געווען באגרעניצט, וואס וועט האפענטליך אריינברענגען א שטיקעלע ליכטיגקייט פאר די אידן אין די פינסטערע טורמעס.
דער סקווערער רבי שליט"א האט אויפגענומען די באאמטע מיט א געוואלדיגע הערצה, און אויסגעדרוקט זיין טיפע שעצונג פאר די עסקנים און די טשעפלענס פאר זייער אומערמידליכע פעולות פאר די אידישע ארעסטאנטן איבער גאנץ אמעריקע.
בין השיחים האט מען דערמאנט דעם לעצטיגן באזוך וואס דער רבי'נס זון, הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, האט אפגעהאלטן אינעם "פארט דיקס" טורמע אין באגלייטונג פונעם טשעפלען הרב חנניה שטיינמעץ, וואס האט איבערגעלאזט א מורא'דיגן רושם און הויפנס חיזוק ביי די נשברי לב.
דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכות לרוב פאר די עסקנים און פאר די טשעפלענס, און זיי אנגעוואונטשן אז זיי זאלן מצליח זיין אין זייער שליחות קודש צו פארלייכטערן דעם ביטערן גורל פון די אידן הנתונים בשבי'.















תגובות