top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד 'קשר מחזיקים' דינער השנתי לטובת ישיבת סערדאהעלי בנשיאותו הרמה פון האד' מסערדאהעלי

זונטאג פ' ויחי • ה' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.

 

פילע תושבי בארא פארק האבן זיך פאריגע וואך ליל ערב חנוכה משתתף געוועהן בגוף ובממון ביי די יערליכע דינער 'קשר מחזיקים' לטובת ישיבת סערדאהעלי אין בארא פארק וואס שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, די מעמד איז פארעקומען אין די ליפשיץ זאל אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.


כולם נקבצו ובואו, רבנים, נכבדי העיר, נגידים ואנשי שם - למלאות רצון צדיק דורכן אוועקשטעלן די ווייטערדיגע עקזיסטינץ פון די סערדאהעלי ישיבה. דבר הורי הישיבה איז געהערט געווארן דורכן נואם בחסד עליון הגה"צ אבד"ק דזישבוי שליט"א, און מיט א הערליכע דרשה האט אויפגעטרעטן דער גאסט רעדנער הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין שליט"א. צום הויעכפונקט האט דער ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א משמיע געוועהן דעם משא המעמד, בשבח פון די ישיבה הקדושה און בגודל החזקת תורה און מסיים געוועהן מיט ברכת קדשו פאר אלע תומכים ומסייעים.





























Comments


bottom of page