חסידי סערט וויזנען צייכענען אפ 61'סטע יארצייט פון הרה"ק בעל 'מקור ברוך' מסערט וויזניץ
- בחצרות הקודש

- 5 בנוב׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 5 בנוב׳ 2024
דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, שלומי טריכטער, JDN
פארגאנגענעם מוצאי שבת העעל"ט אור ליום ב' חשוון האבן תלמידי וחסידי סערט וויזניץ אפגעצייכענט די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'מקור ברוך' מסערט וויזניץ זצוק"ל, בליל ההילולא האט נכדו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא.
דער טיש איז פארגעקומען אינעם ביהמ"ד הגדול, נאכדעם וואס דער היכל השולחנות איז ארויס פון באנוץ נאך א שלאקס רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט דעם שבת אין חיפה, דאס לעצטע מאל וואס עס איז פארגעקומען א טיש אין ביהמ"ד איז געוועהן ביים סעודת השלושים פונעם פריעדיגן רבי'ן בעל 'חכמת אליעזר' מיט קרוב צו 10 יאהר צוריק.
צומארגנס זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן צום ציון הק' אין בני ברק בראש קהל חסידיו וואו מען האט מתפלל געוועהן בעד הכלל והפרט.


























תגובות