דאנערשטאג פ' כי תשא • כ' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א רייכער נגיד׳ישער באנקעט "בנין לדורות" איז אפגעראכטן געווארן די וואך אין קרית יטב לב - בלומינגבורג פאר די הרחבת גבולי הקדושה פון "מוסדות סאטמאר קרית יטב לב" אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' פישל מיללער הי"ו מיט די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין קרית יטב לב לכבוד די מסיבה.
אויפ׳ן פלאץ איז אריינגעברענגט געווארן סכומים אדיריפ פון נגידי הלב וואס האבן זיך ברייטהארציג בייגעשטייערט פאר'ן עתיד המוסדות פון די בליענדע סאטמארער שטאט, די רבי שליט"א האט אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נגידים אין מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר יעדן בפרטיות.
Comentários