top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ וועט ארויספארן קיין אנטווערפן אין פראווען ט"ו בשבט טיש בקרב חסידיו תושבי העיר

זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מוצאי שבת נאכן גרויסן מעמד בחצר הקודש וויז'ניץ לרגל י''ב שבט ראש השנה לחסידות, האט כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א איינגעמאלדן איבער א קורצע נסיעה וואס די רבי שליט''א וועט אונטערנעמען בעז"ה די וואך מיטוואך צום שטאט אנטווערפען מחזק צו זיין קהל עדת צאן מרעיתו תושבי העיר, אין דערביי אפרעכטן דעם שולחן הטהור ליל חמישה עשר בשבט ראש השנה לאילנות אינעם אלטן נאסטאלגישן וויז'ניצער ביהמ''ד אויף די 'יאקאב יאקאב' גאס, אין דעם מקום קדוש וואו זקינו הרה''ק בעל 'אמרי חיים' מוויז'ניץ זי''ע האט קובע מקום געוועהן לתפילתו אין אפגעראכטן זיין עבודת הקודש אין די לענגערע תקופה וויילענדיג אין אנטווערפען נאכן קריג.


לויטן יעצטיגן פלאן וועט זיך די רבי שליט''א ארויסלאזן מיט א ספעציעלע טשארטער פליגער פון ארץ ישראל אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים אין צוגאב צו פילע חסידים וועלכע וועלן קומען צו פארן פון די אייראפעאישע שטעט, מיטצוהאלטן דעם שולחן הטהור אין אנטווערפען. די רבי שליט''א וועט פארלאזן ארץ ישראל קומענדיגן מיטוואך בשלח אינדערפרי אין צומארגנס דאנערשטאג נאכמיטאג ארויספארן צוריק קיין ארצינו הקדושה.




Kommentare


bottom of page