top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשורה טובה פון הרצליה: אפעראציע ביי האד' מגור ב"ה באקרוינט מיט הצלחה

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' נשא ב' • י''א סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א בחסדי ה' באפרייט געווארן פון שפיטאל אין הרצליה, נאך וואס דער רבי איז אריבער א אפעראציע אויף די אויגן, וואס איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה.


ווי באריכטעט האט דער רבי געליטן פון מיחושים אויף די אויגן וואס האט אפגעשוואכט די זעה קראפט, און די פראפעסארן האבן געראטן דורצופירן א קאטאראקט אפרעאציע, צו פארבעסערן דעם רבינס ראיה בס"ד אז דער רבי זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבוה"ק בלי שום מיחוש.


יעצט נאכמיטאג זענען חסידי גור נתבשר געווארן די בשורה משמחת איבערגעגעבן דורכן רבינס זון ויד וימינו הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א, וואו ער טוט איינמעלדן די חסידים אז די אפעראציע איז אריבער סוקסעספול און אז דער רבי האט געהייסן איבערגעבן פארן עולם ער ער שפירט זיך ב"ה גוט.


ווי געזאגט איז דער רבי שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געפונט זיך אין זיין אכסניא אין הרצליה נישט ווייט פונעם שפיטאל, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אין די נאכפאלגנדע טעג, ביזן צוריקקומען צו די כוחות און זיך דאן אומקערן אהיים למעון קדשו אין ירושלים.



bottom of page