top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נקדמה פניו: עיר התורה געיטסהעד וועט פייערליך מקבל פנים זיין ניי-ערוועלטער מרא דאתרא הגאון ר' ישראל מאנטעל שליט"א

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' חקת בלק • ח' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בקול רנה ותודה רישט מען זיך בקרב יהדות געיטסהעד מקבל פנים צו זיין דעם ניי-ערוועלטן מרא דאתרא הגאון ר' ישראל מאנטעל שליט"א, וועלכער וועט מארגן דינסטאג אנקומען אין שטאט און זיך אפיציעלע קובע משכנו זיין לכהן פאר אלס רב העיר.


דער נייער רב שליט"א, מלפנים רב דקהל עדת ישורון, איז מיט עטליכע חדשים צוריק ערוועלט געווארן דורך אן איבערוויגנדע מערהייט פון די שטאטישע חרד'ישע קהלה, ביי די ספעציעלע וואלן וואס איז אפגעראכטן געווארן נאך א צייט-אפשניט פון פינף יאר וואס די שטאט געיטסהעד האט נישט פארמאגט קיין שטאטס רב, זינט דער פריערדיגער מרא דאתרא הגאון ר' שרגא פייוויל ציממערמאן שליט''א האט זיך אריבעגעצויגן קיין לאנדאן.


מטעם די עסקני הקהלה והעיר, איז אין פולע שוואונג די טעטיגע הכנות מקבל פנים צו זיין דעם נייעם רב, מיט א סעריע פון פייערליכע מעמדים און מאורעות וואס וועט ארייננעמען די גאנצע שטאט זקנים עם נערים אין די גרויסע שמחה לקבלת פני רבם ומנהיגם.


היינטיגן נאכמיטאג וועט דער רב שליט"א אנקומען בשערי העיר, און וועט ענטפאנגען ווערן ביי א מלכות'דיגע קבלת פנים דורך די הונדערטער תשב"ר פון די מוסדות אין שטאט, וואס וועלן שטיין אויסגע'שורה'ט מיט פאקלען פון די ביואיק גאס ביז'ן נייעם מעון כבודו פנעם רב, און וועט באגלייט ווערן בתופים ומחולות לכבודה של תורה.


דאנערשטאג וועט אפגעראכטן ווערן דער גראנדיעזער צענטראלער "מעמד הכתרה" אינעם גיגאנטישן "לעזשער צענטער", וואס וועט מאסף זיין ראשי עם יחד שבטי ישראל, בראשות די גדולי רבני העיר ומרביצי תורה וראשי ישיבות, צווישן זיי דער זקן ראשי ישיבת באייראפע הגאון הגדול ר' אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד.


ווי אויך זענען ערווארטעט מערערע דעלעגאציעס רבנים וראשי ישיבת מרחבי אייראפע, אינצווישן זיי הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א וואס וועט אויפטרעטן מיט'ן דרשת נואם הכבוד, הגאון רבי ישראל מאיר גרינבערג שליט"א רב ביהמ"ד ד'גאלדערס גרין וואס וועט קומען צופארן אלס שליח פון די כדתיא קערפערשאפט אין לאנדאן, און הגה"צ רבי חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער.


דער משא המעמד וועט מען הערן פון הגאון הגדול ר' אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, און צום שלוס פונעם מעמד וועט אויפגעליינט ווערן דער קאנסוס, וואס וועט דערנאך איבערגעגעבן מרועה לרועה, דורכ'ן פריערדיגן רב הגאון ר' שרגא פייוול צימערמאן שליט"א, צום נייעם רב שליט"א.

bottom of page