תלמידי ישיבה גדולה ד'סאטמאר מיטגעהאלטן דעם שב"ק א שבת התרוממות בראשות הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א
- בחצרות הקודש

- 23 בינו׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' בשלח • י"ג שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

די תלמידי ישיבה גדולה ד'סאטמאר האבן מיטגעהאלטן דעם שב"ק א שיינע שבת התרוממות בראשות הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א. דער רב שליט"א קומט ארויס קיין קרית יואל יאר יערליך אין איינע פון די וואכן וואס דער סאטמאר רבי שליט"א וויילט אין פאלם ספרינגס אויף אפרוה, משּפיע צו זיין מאמרותיו הנעימים במשך דעם שב"ק וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א דערהויבענעם פַארנעם בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. דאס דאווענען און די סעודות האט די רב שליט''א אפגעראכטן אויף א העכערע פארנעם אין די היכלי הישיבה גדולה אינאיינעם מיט די בחורי חמד, און דער רב שליט"א האט משמיע געוועהן דברי תורה מתובל מיט דברי חיזוק והתעוררות פאר די בחורים וואס וועט זיי באגלייטן רונדע דעם יאר.
דער קלימאקס פונעם געהויבענעם שב"ק איז געוועהן ביים געהויבענעם שלש סעודות וואס האט זיך אריינגעצויגן במוצאי מנוחה, און דער רב שליט"א האט משמיע געוועהן דברי התעוררות לתשובה ותיקון המעשים שטייענדיג אין די געהויבענע ימי השובבי"ם המסוגלים.




























תגובות