top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא באזוכט אין בית השחיטה המהודרת אונטער השגחה פון כשרות בד"ץ מחזיקי הדת

  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, אפגעשטאט א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה פון די מהודר'דיגע כשרות בד"ץ מחזיקי הדת, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


אנקומענדיג אינעם שעכט הויז איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אויפגענומען געווארן דורך די הנהלה און ראשי מערכת הכשרות און במשך א לענגערע צייט האט ער זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען אינעם בית השחיטה אין באגלייטונג פון דער ענערגישער יושב ראש ד'קהל מחזיקי הדת, הרב החסיד ר' מרדכי בריסק שליט"א, אינאיינעם מיט'ן רב השחיטה דער דיין הגאון ר' שמואל מרדכי זעלפריינד שליט"א.


דורכאויס דעם באזוך האט רבי אהרן מרדכי נאכגעפאלגט די גאנצע הילוך און סדר השחיטה מרישא ועד גמירא. די רבנים המכשירים האבן פארגעלייגט די שטרענגע חומרות והידורים אויף די העכסטע סטאנדארט אין כשרות, איינגעפירט דורך די בארימטער "קהילות" ברענד וועלכע ווערט פארקויפט איבער גאנץ ארץ ישראל.



תגובות


bottom of page