דינסטאג פ' כי תשא • י"ח אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר אין שוקי לרר
פארלאפענעם דאנערשטאג י"ג אדר א' איז ביי תלמידי וחסידי ערלוי אפגעצייכנט געווארן די אכטע יומא דהילולא קדישא פונעם רועה נאמן, כ"ק אדמו"ר בעל 'אמרי סופר' מערלוי זצוק"ל, כולם נקבצו והתכנסו להילולא דרבי בצילו הטהור פון בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א. הונדערטער חסידים האבן געוויילט איבער שבת - די שבת יארצייט אינעם קריה נאמנה אין קטמון.
מיטוואך אויפדערנאכט ווי נאר די נאכט איז צוגעפאלן אור ליום י"ג אדר, איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו מעריב לרגל די יארצייט. באלד נאך מעריב האט זיך די ציבור געוואשן צום סעודת הילולא וואס איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה לכבוד האי יומא רבה 'זמן קהילה לכל', די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השולחן אינעם גרויסן ביהמ"ד אין זיך געוואשן צום סעודה.
צום ערשט האט די רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב"ד ערלוי ביתר שליט"א מיט די סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך כלל חסידי ערלוי לעילוי נשמתו הטהורה, די ערלויער רב פון ביתר האט געמאכט די סיום און געזאגט די קדיש דרבנן, דערנאך האט די רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ ראש ישיבת ערלוי שליט"א מיטן התחלת הש"ס, נאכן סיום האט די רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש.
דאן האט מען מכבד געווען מיט א דרשה, די אורח הכבוד הרה"ג ר' משה דוד פערלמאן שליט"א רב ביהמ"ד זכרון משה אין ציריך שווייץ וועלכע האט פאר לענגערע יאהרן געדינט אלס מרביץ תורה בישיבתו של רבי און זוכה געווען צו א קרבה יתירה ביים בעל הילולא, וועלכע האט מרחיב געווען מיט דברי זכרון און זכרונות הוד פונעם בעל ההילולא. נאכן בענטשן איז מען דורך וואונטשן לחיים ביים רבי'ן שליט"א.
צומארגנס דאנערשטיג אינדערפרי האט די רבי יורד געווען לפני התיבה צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול און דערנאך פארגעלערנט א שיעור משניות לעילוי נשמתו הטהורה, אין די מיטאג שעה'ן איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הקדוש אויפן הר המנוחות, אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים עדת צאן מרעיתו, מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים, להיפקד בדבר ישועה ורחמים, נאך אמירת תהילים האט די רבי שליט"א געזאגט קדיש אינאיינעם מיט די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים, און די רבי האט גענימען קוויטלעך פון די חסידים.
Comments