תשלומין: טויזנטער אידן ובראשם אדמור"ים ורבנים אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון אין טעג נאך ל"ג בעומר
- לפני 30 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' בהר בחוקתי • כ''ב אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

די שמחה פונעם יום טוב ל"ג בעומר האט אנגעהאלטן ווייטער אין די טעג דערנאך, ווען מירון איז ווידער פארפלייצט געווארן מיט פילע טויזנטער געסט, וועלכע האבן נישט עספיעט אנצוקומען אין ל"ג בעומר, ובראשם האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים מיט הונדערטער חסידים וועלכע זענען געקומען צופארן קיין מירון אלס אן השלמה פונעם גרויסן טאג ל"ג בעומר.
מוצאי ל"ג בעומר זעלבסט איז געווען איין לאנגע המשך פונעם געהויבענעם יום טוב, ווען לויט די הוראה פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי אלעזר שטערן גאב"ד מירון האט מען ווייטער פארגעזעצט מיט די ריקודין בכלי זמר ביז עלות השחר, צוליב די טויזנטער אידן וואס האבן זיך שוין ארויסגעלאזט אין וועג בעיצומו של יום, און זענען צוליב די עיכובים, אנגעקומען ערשט אין די שפעטע נאכט שעה'ן און האבן זיך מצטרף געווען צו די ריקודין זיך משמח זיין בשמחתו של רשב"י.
כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועלכע איז דעם מיטוואך ארויסגעפארן קיין עיה"ק טבריה אויף אפרוה, איז דאנערשטאג ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון וואו דער רבי האט מתפלל געווען א לענגערע וויילע ביים ציון הקדוש לישועתן של ישראל.
כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א איז דעם מיטוואך נאכמיטאג למחרת ל"ג בעומר אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה און געזאגט ספר רביעי שבתהילים אינעם חצר המערה, דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום מוסדות אור הרשב"י ביים אריינגאנג צום דערפל און דארט אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, דערנאך איז דער רבי ארויס אינעם חצר און אנגעצינדן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי.
אויך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א איז אנגעקומען נעכטן דאנערשטאג קיין מירון אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה חסידים, וואו דער רבי איז ארויף אויפן גג הציון און געזאגט מזמורי תהילים מיט גרויס התעוררות און דערנאך אריין אינעם ציון הקדוש און מתפלל געווען א תפילה קצרה לישועת הכלל והפרט.
כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א איז ווי יאר יערליך אנגעקומען קיין מירון און אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים ביים ציון הק', און דערנאך ארויף צום גג הציון און אנגעצינדן די הדלקה לכבוד רשב"י.
הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ איז ליל שישי ארויסגעפארן אויף א געהויבענעם נסיעה אינאיינעם מיט הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי וויזניץ, ווי עס איז צום ערשט פארגעקומען א תפילת רבים אינעם מערה לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, נאכגעפאלגט מיט גרויסע מעמד ההדלקה און פייערדיגע ריקודין.
ערב שבת איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"אאנגעקומען אויף תפילת שחרית אין אתרא קדישא מירון וויילנדיג אין עיה"ק צפת אויף אפרוה.
אויף דעם שבת האבן געוויילט אין אתרא קדישא מירון, כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים.















































תגובות