מריחוק מקום: האד' ממשכנות הרועים רעכט אפ מסיבת לחיים לרגל שמחת החתונה פון א אייניקל מעבר לים
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אייגנארטיגע שמחה בחצר הקודש משכנות הרועים אין ירושלים עיר הקודש, ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו א מסיבת לחיים און זיך מיטגעפריידט מריחוק מקום וקירוב הלב, ביים שמחת החתונה פון נכדו החתן א זון פון בנו הרה"צ רבי עקיבא ראבינאוויטש שליט"א, וואס איז פארגעקומען מעבר לים אין ניו יארק וואו דער רבי שליט''א האט נישט געקענט פערזענליך ארויספארן זיך משתתף זיין ביי די שמחה צוליב די מלחמה אומשטענדן אין ארצינו הקדושה ווען די לופטפעלד איז נאך אלס פארשלאסן פאר ארויספארנדע פליגערס.
די שמחה איז געווען בשילוב מיטן סעודת הילולא פונעם רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי''ע וואס איז אויסגעפאלן בו ביום כ"א אדר.
דער רבי איז געווען מלובש בבגדי שבת לכבוד די שמחה, מען האט געזינגען ניגוני שמחה וצהלה, ווען די ציבור הייבט זיך מיט לעבעדיגע ריקודים לכבוד די שמחה בבית צדיקים. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש במשנתנו הטהורה פונעם בעל ההילולא, און מכבד געווען די זקני החסידים ופני העדה צו דערציילן עובדות וסיפורים.
צום שלוס איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן דעם רבי'ן לחיים און מזל טוב, צו קענען נאך לאנגע יארן באשיינען די שמחות פונדערנאנט, עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים.















תגובות