top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 3 במאי
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 6 במאי

ree

דאנערשטאג פרשת טהרה • ג' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין ק"ק תורת חכם אין ירושלים איז געווארן ארויסגעשטעלט א מודעה בפקודת הקודש פונעם מנהיג העדה הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, אז היות וואס אין מדינת ישראל פייערט מען היינט די זעלבסטשטענדיגקייט טאג דעם יום המר והמהר ה' אייר וואס געפאלט דאס יאהר אום שב"ק, זאל מען נישט פראווען היינט קיין סעודות וכדומה לכבוד די הילולא פון הרה"ק רבי ישעילע מקערעסטיר זי"ע, שלא יאמרו הבריות אז ערליכע אידן פייערן דעם טאג וואס עס איז אויפגעשטעלט געווארן דער מדינה מיט אזא מרידה במלכות שמים. דער רבי צייכענט צו אז מ'קען פראווענען די סעודות מיטוואך, אדער דעם שבת אין די דריי טעג פון די יארצייט.

ree

הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז ביים דורכליינען דעם רייכן באשרייבונג אין די המודיע אויסגאבע צום ערשטן יארצייט פון ידיד נעוריו האדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב, וואס איז אויסגעפאלן די וואך.

ree

בנש"ק הרב ישראל אברהם ברייאר איינציגע ברודער פון האד' מבאיאן, מערקט קרישקעס ביים יארצייט טיש די וואך בחצר הקודש סאדיגורא ירושלים וואו ער איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס.

ree

אינטערסאנטע באגעגעניש צווישן העסקן הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית מיט הגאון הגדול רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע וואו מען האט באהאנדלט די ברענעדיגע נושא פון גיוס בני הישיבות.

ree

אלא בשביל שיעסקו בתורה: קרישקעס באמערקט א תורה'דיגן שמועס צווישן הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א און הרה"ח רבי שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק האדמו"ר מסאטמאר, בימי חול המועד בביתו נאוה קודש פון רבי'ן.


ree


הטפסר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו לאנדעט הארט נעבן דעם ציון הק' אין קערעסטיר היינט ביומא דהילולא ג' אייר.

ree

ככלות השבעה: היסטאריש בילד פון הגה"צ גאב"ד פאלטישאן זצ"ל ווערט געזען ביים אידישן פראפעסאר אלבערט איינשטיין וועמען ער האט ספעציעל איינגעלאדענט אינאיינעם מיט נאך שארית הפליטה קינדער לכבוד זיין 70'סטער געבורטסטאג.

ree

ספעציעלער טשארטער פליגער אראנדזשירט פון אמעריקא אויף יום טוב שבועות בצל הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין ירושלים.

ree

בגופו ובממונו : דער בארימטער פילאנטראפ ותומך תורה הנגיד ר' מורי האבערפעלד פון ניו יארק ביים פארטיילן יאהך ביים צענטראלע סעודת הילולא דורך "רבי ישעי'לעס הויז" אין קערעסטיר.


האד' מפארשעי ביים ציילן ספירת העומר אינעם בנין "רב להושיע" אין קערעסטיר, בליל ההילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע ג' אייר.

האדמו"ר מקארלין סטאלין האט 'קרישקעס' היינט באמערקט אויף די גאסן פון בארא פארק גייענדיג צו תפילת מנחה בבית מדרשו אין שטאט.

ree

ביים ניחום אבלים די וואך בבית פאלטישאן מערקט קרישקעס די שוועסטער קינדער האדמור"ים מסקווירא בארא פארק און סקווירא מאנסי.

ree

שם אתה מוצא ענוותנותו: האד' מדושינסקיא אויף א באזוך די וואך אין די דושינסקיא ביהמ"ד אין צפת וואו דער רבי האט זיך אפגעזאגט פון זיצן אויבן אן ביים שולחן לחיים.

ree

די מצבה וואס איז געשטעלט געווארן על קברו פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים, ככלות השבעה לפטירתו. מערקט די פשוטע נוסח המצבה געשריבן געווארן על פי בקשתו פונעם גאון.

ree

הגה"צ רבי שמואל אריה עקשטיין שליט"א איז מתפלל ביים ציון הק' אין ליזענסק ביי זיין נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.

ree

דער בעל מנגן בנש"ק הרב מאיר אדלער אין א באגעגעניש מיטן מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א אין די "חנה" רעסטאראן אין פעסט, אין די טעג ארום די קערעסטירער יארצייט ג' אייר.

ree

על כל צרה שלא תבוא: בנש"ק הרב מענדיל רובין נכד הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע ומראשי ההכנסת אורחים אין קערעסטיר מיטן קאארדינאטאר פון איחוד הצלה אין ארץ ישראל, ערב די גרויסע יארצייט ג' אייר.

ree

אחים אנחנו: האדמו"ר מביאלא בארא פארק באזוכט ביים ברודער האדמו"ר מביאלא בית שמש, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל.

ree

האד' מבאבוב-45 ביים אנוואונטשן האברך החשוב ר' דוד לאנדא הי"ו אייגנטומער פון די ללכת פירמע - אנפירער פונעם מסע התעוררות קיין צאנז, איידערן ארויפגיין מתפלל זיין ביים ציון הק' פונעם הייליגן דברי חיים.

ree

הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי איז מתפלל ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע אין טאג פונעם יארצייט ראש חודש אייר.

ree

ויבוא עד לפני שער המלך – העסקן הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו ווערט געזען חול המועד אנגעטון מיט'ן שטריימעל פאר'ן טויער פונעם ווייסן הויז איבער וויכטיגע שתדלנות לטובת אחינו בני ישראל.

ree

הגה"צ רבי ברוך מרדכי מינצבערג רב דקהל עדת המתמידים אינעם לופטפעלד אין ארץ ישראל אויפן וועג צום יארצייט קיין קערעסטיר אונגארן.


טעימה און מזונות ביים ציון הק' אין קערעסטיר נתנדת לרפואת האד' מוויזניץ מרן ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה.

ree

האד' ממחנובקא בעלזא באזוכט אין די נייעס "שבת ביג" געשעפט אין בני ברק צום חנוכת הבית און קביעת מזוזות פון איר נייעם לאקאל אויף די בן יעקב גאס.

ree

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אין א שמועס מיט גאב"ד סאטמאר מאנסי ביים פייערליכע מעמד חנוכת הבית אינעם נייעם "לייכט-טורעם" געביידע פון מוסד אור חדש אין מאנסי.

ree

האדמו"ר מצאנז בארא פארק באזוכט בהיכלו פונעם מקובל הצדיק רבי דוב קוק אין טבריה בעת דעם רבינס באזוך אין ארץ ישראל די וואך.

ree

האדמו"ר מפינסק קארלין ביים פאררייכערן א ציגאר, דעם מוצאי שבת נאך הבדלה אין שטאט בני ברק.

ree

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביי ברכת אילנות די וואך.

ree

הרה"ג ר' לייבל צוויבל שליט"א נכד האדמו"ר מבעלזא מערקט קרישקעס צווישן די נבחנים ביים גרויסארטיגן חושן משפט פארהער דורך די אברכים מצויינים, די צוקומפטיגע מורי הוראה דקהל מחזיקי הדת. ווערט אויך געזעהן דער גבאי הרב מיכל פירער וואס איז געקומען מיטהאלטן די בחינה בשליחותו פונעם רב שליט"א.

ree

הגאון רבי ישראל דוד שלעיזונגער אויף א באזוך אין די הויפטקוואטירן פון 'מצא טוב' אין מאנסי.

ree

טעימה קלה פונעם היינטיגן שיעור דורך הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער ראש ישיבת תורת צבי ספינקא.


הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש זיך דורצושמועסן בענינים העומדים על הפרק.

ree

הגרלה אויף טייערע חפצי קודש פון האדמו"ר מלעלוב, מיוחד פאר די בחורי החסידות וועלכע האבן מיטגעהאלטן די סדרי הלימודים דורכאויס די ימי המועד.

ree

הרב חיים יונה ווייס משב"ק האדמו"ר מבאבוב 45 ביים איבערגעבן וויכטיגע אנווייזונגען פאר די חסידים, נאך שחרית אינעם אלטן בית הכנסת אין שטאט צאנז, בעת דער מסע התעוררות פון האד' מבאבוב 45 צום יארצייט קיין צאנז.

ree

דער רבי מיטן ראש הישיבה: אין אתרא קדישא מירון האט 'קרישקעס' באמערקט האדמו"ר מזוועהיל אין א טיפע שמועס מיט הגאון רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל.

ree

ויתן לך משמני האר"ץ: האד' מראחמיסטריווקא ביי קביעות מזוזות אויפ'ן שפאגל-נייעם יו. עס. טיילס געשעפט אין וויליאמסבורג, מיט א סעלעקציע פון די שענסטע טיילס פון אלע קאלירן און סטיילס, אונטער די אייגענטומערשאפט פונעם איש חי ורב פעלים הרה"ח ר' ישעי' לעבאוויטש הי"ו.

ree
ree

האדמו"ר מוויזניץ איז מנחם אבל די קינדער פון הגאון רבי מאיר מאזוז זצ"ל ראש ישיבת כסא רחמים.

ree

הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר אינאיינעם מיט די בחורים וועלכע האבן מיטגעהאלטן די ישיבת בין הזמנים בנשיאותו.

ree

הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע פארטיפט אין די גמרא, בלויז אייציגע שעות נאכן אהיימקומען פון שפיטאל, וואו דער ראש הישיבה איז דורך א לייכטע אפעראציע אויף די היפן ביין.

ree

המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן מלעלוב אין א שמועס מיט די צוויי בעלי מנגנים ר' ארהל'ע סאמעט און ר' יואלי דאווידאוויטש, נאך א שמחה אין בית שמש.

ree

שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פונעם בעל מנגן ר' אלי שפריי ני"ו בקודש פנימה ביי האדמו"ר מטאהש.

קרישקעס באמערקט הרה"ח ר' מרדכי דוד ווידער הי"ו משב"ק אדמור"י סאטמאר פארציילן זכרונות הגה"ק בעל ברך משה זי"ע בביתו נאוה קודש של צווישן מנחה און מעריב ערב יומא דהילולא.

ree

מודעה אין נייעם פראכטפולן מרכז אור החיים אין וויליאמסבורג אז בימי הפסח גייט נישט זיין קאווע כרצון קדוש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

ree

דער מקובל הגה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א איז מעורר א נקודה למחשבה נאכן מתפלל זיין ביים ציון פון זיין פאטער הרה"צ רבי לוי ראבינוביץ זצ"ל בעל 'מעדני שולחן'.


א ברכת מזל טוב לכבוד הרב שמעלקא שלאף מגדולי עסקני ק"ק באבוב-45 לרגל שמחת לידת הבת למזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page