גדולה מיתת צדיקים: עולם החסידות אין טרויער נאך הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל
- לפני 6 דקות
- זמן קריאה 5 דקות
מיטוואך פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו, דער עולם החסידות איז איינגעהילט אין א טיפן טרויער מיט'ן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער'ן הסתלקות לשמי מרום פון אחד מחשובי האדמורי"ם, מנהיג עדת ישורון ורבים משכימים לפתחו, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצוק"ל, וועלכער איז יעצט ביינאכט נסתלק געווארן אין פריצייטיגן עלטער פון אכט און פופציג יאר, לדאבון לב חסידיו מעריציו וכל בית ישראל.
מיט'ן הסתלקות פונעם ספינקער רבי'ן זצ"ל איז אוועקגעריסן געווארן אן עמודא דנהורא וואס האט באלאכטן און משפיע געווען פאר פילע הונדערטער אידן וואס האבן זיך אנגעשעפט פון דעם באר מים חיים תורה ועבודה, ורבים נהנו ממנו עצה ותושי', ועתה חסרנו כל אלה.
די אבידה שאין לה תמורה איז ביי ספינקא חסידים אין א בחינה פון לקתה בכפליים, ווען אויך דעם רבינס גרויסער פאטער, כ"ק אדמו"ר בעל דובר מישרים מספינקא זצ"ל איז נסתלק געווארן בדמי ימיו, ושקעה חמה שלא בעונתה, איבערלאזנדיג דאן די עדה הקדושה שבור ורצוץ, און מ'האט זיך מחזק געווען מיט די גאלדענע המשכה, אין בנו בכורו וממלא מקומו, דער רבי זצ"ל, און יעצט האט מען דאס ליידער אויך פארלוירן, אוי מי ירפא לך, מי ינחמך משברך.
די פטירה פונעם רבי'ן זצ"ל וואס געפאלט אויס ארום די טעג פון די הילולא קדישא פון זיין גרויסן זיידן, הרה"ק מספינקא זי"ע, ז"ך אב, ברענגט אויף די געגועין וכיסופין ווען עס קומט ארויף אויפ'ן זכרון די אויסטערלישע דביקות און התקשרות וואס דער רבי זצ"ל האט געהאט אין זיין הייליגן זיידן, און כל ימיו האט ער געאטעמט און געלעבט מיט'ן זיידן, און מנחיל געווען תורתו ודרכיו הק' פאר די מסתופפים בצלו.
דער ספינקער רבי מבית שמואל צבי זצ"ל איז געבוירן ביום שבעה עשר בתמוז שנת תשכ"ח, אין וויליאמסבורג אלס עלטסטער זון פון כ"ק אדמו"ר רבי ישכר בעריש מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל בעל דובר מישרים, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מספינקא זי"ע, און זיין מוטער הרבנית בלומא שרה ע"ה טאכטער פון הגה"צ המפורסם רבי אלעזר מייזליש זצ"ל אב"ד אוהעל, און האט געצויגן א הערליכע יחוס בן אחר בן צו צדיקי בית מעליץ ביז הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע, און דור אחר דור צו צדיקי בית ספינקא ביז הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע ראש שושלת הקודש לבית ספינקא, וואס דער רבי ז"ל האט געטראגן זיין הייליגן נאמען.
אזוי אויך האט דער רבי זצ"ל געצויגן די גאלדענע גזע היחס צו נאך פילע צדיקים וקדושי עליון לבית ליזענסק, קאזניץ, מאגלניצא, דזיקוב, צאנז, באבוב, אוהעל, סיגעט, זידיטשוב, דעעש, פרימישלאן, סטרעטין, סטרעליסק, טאלטשאווא, און נאך פיל.
משחר טל ילדותו האט זיך דער רבי אויסגעצייכנט בג' עמודי עולם, אנגעהויבן פון זיינע קינדער יארן ווען ער איז געשטיגן מעלות רמות בתורה ועבודה אין די בארימטע "ספינקא תלמוד תורה", מיסודו פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק מספינקא זי"ע, און איז געווארן געפירט דורך בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצ"ל.
שפעטער בימי בחרותו האט זיך דער רבי זצ"ל משלים געווען בתורה ויראת ה' טהורה און די ישיבה גדולה דסאטמאר אין קרית יואל, וואו דער רבי האט ארויסגעשיינט אלס משכמו ומעלה גבוה, מיט זיין אויסטערלישע התמדה און חסידות ופרישות וואס איז געווען א שם דבר אין די גאנצע ישיבה.
בכל עת מצוא הא האט זיך דער רבי זצ"ל געקלאמערט ביים קלאמקע פון זיין הייליגן זיידן דער ספינקא רבי, וואו אונטער זיין אויפזיכט איז ער געשטיגן בתורה ועבודה, און האט גענאסן ביי אים א געוואלדיגע חביבות, ודבק בו בכל נימי נפשו.
כשהגיע לפרקו, בשנת תשמ"ז האט דער רבי חתונה געהאט מיט די חשוב'ע געשעצטע רעביצין תליט"א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און נאך זיין חתונה וואס איז פארגעקומען אין אמעריקע בצילו פונעם גרויסן זיידן דער ספינקא רבי, האט ער זיך באזעצט אין קרית קעטשניף אין רחובות, תחת צל חסותו פון זיין גרויסן שווער דער קרעטשיפער רבי, וואו ער האט געוואוינט פאר עטליכע יאר, און גענאסן ביי אים א שטארקע נאנטקייט און ליבשאפט וקרבה יתירה.
אין יענע יארן נאך די חתונה האט זיך דער רבי ממית געווען באהלה של תורה אינעם גערער כולל אין תל אביב, וואו ער האט געלערנט בחברותא מיט הגאון רבי בן ציון באבטשיק זצ"ל רב חסידי גור אין קרית גת.
שפעטער האט זיך דער רבי געצויגן קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך געווייקט ביים גרויסן זיידן און פון אים זיך אנגעשעפט מבארו הטהור און לעכטיגע עבודה בכל עידן ועידן, שפעטער נאכ'ן הסתלקות פונעם זיידן, איז ער צוגעשטאנען לימין קדשו פון זיין גרויסן טאטן בהנהגת הקהלה והמוסדות מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט.
בימי חייו פון זיין טאטע, האט דער רבי געדינט אלס ראש הכולל פונעם ספינקער כולל, און א מרביץ תורה אין די קהלה, זייענדיג א לעבעדיגע קוואל פון תורה ויראת שמים פאר די פילע שומעי לקחו ונהנים מאור תורתו.
ביי די מסע הלוי' פון זיין פאטער, י"ט תשרי תשס"ח, האט אים זיין פעטער, הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א געקרוינט אלס ממשיך השלשלת, איבערצונעמען בהנהגת העדה והקהלה, ולעמוד לפני העדה ולשרתם על דרך אבותיו הק' מאורי דור ודור.
ארויפגייענדיג על כסא ממלכתו האט דעם רבי'נס אור אנגעהויבן שיינען אויף א געוואלדיגן פארנעם, ווען בית מדרשו במקום שהתפלל בו אביו זצ"ל, אויף קיעפ סטריט אין וויליאמסבורג, איז געווארן א לייכטטורעם פאר פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן זיך אנגעשעפט מאור תורתו וחסידותו, און געהאט די זכי' מיטצולעבן די לעכטיגע טישן און תפילות בצל הקודש.
דער רבי איז געווען אן אדרעס פאר פילע אידן וואס זענען געקומען זיך דורכרעדן און נהנה זיין עצה ותושי', און ספעציעל פאר בחורים, פארמאגנדיג א ספעציעלע שפראך פאר צעירי הצאן משפיע צו זיין פאר יעדן כפי דרגתו תורה ויראת שמים און מדות טובות, ואת הדרך אשר נלך בה.
דער רבי איז געווען ספעציעל באקאנט מיט זיינע הערליכע דרשות ואמרות טהורות, און מיט א ליבליכקייט משפיע געווען פאר יעדן וואס האט נאר איבערגעטרעטן זיין שוועל, מיט א מאור פנים און ענוות חן, אלעס מיט א הארציגע צוגעלאזנקייט און באשיידנקייט, אויסגעהערט און מחזק געווען יעדע צעבראכן הארץ.
ידיו רב לו אויך בתורת הנסתר, בדרך אבותיו הק' לבית זידיטשוב און ספינקא, און דער רבי פלעגט אויך אסאך נאשן און משכים זיין לפתחם פון צדיקים ומקובלים שבדור, ספעציעל ביי האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א צו וועם דער רבי איז געווען שטארק מקושר.
מיט'ן וואוקס פונעם ציבור האט זיך דעם רבי'נס הויף אריבערגעצויגן צו א גרעסערן מקום רחבת ידים אין צענטער פון ניי-וויליאמסבורג, וואו דער רבי האט ווייטער משפיע געווען בדרך אבותיו הק', און איז געווען בארימט אלס איינער פון די חשובי האדמורי"ם בעיר וויליאמסבורג.
די לעצטע אנדערהאלבע יאר איז דער רבי ליידער אנגעגריפן געווארן פון די ביטערע מחלה ל"ע, אין צוגאב צו נאך שווערע קאמפליקאציעס. דער רבי איז טראץ די ביטערע יסורי איוב אנגעגאנגען מיט מסירת נפש מיט די עבודת הק', און האט זוכה געווען צו זיין בצלילות הדעת ביז זיינע לעצטע רגעים איידער ער האט מחזיר געווען נשמתו ליוצרו, לדאבון לב די גאנצע קהילה הקדושה וכל בית ישראל.
דער רבי לאזט איבער נאך זיך א הערליכע דור ישרים ומבורך, בנין וחתנין רבנן, לתפארת האבות.
בנו הגדול הרה"צ רבי דוד משה הורוויץ איידעם ביי הגה"צ רבי ישראל יוסף קאהן שליט"א בנו הגדול פון כ"' האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א; בנו הרה"צ רבי יואל הורוויץ שליט"א איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א; בנו הרה"צ רבי שמואל צבי הורוויץ שליט"א איידעם ביי ש"ב הגה"צ ר' ישראל שנעעבאלג שליט"א אבד"ק טשערנאוויץ בארא פארק, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנוביץ שליט"א וחתן הגה"צ רבי פנחס שלום האגער זצ"ל בעל אור שלום מוויזניץ ב"פ.
חתנו הרה"צ רבי בערל ראזענבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א; חתנו הרה"צ רבי יוחנן האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א; און איין טאכטער אין שטוב, וועם דער רבי האט ליידער נישט זוכה געווען אונטערצופירן אונטער די חופה.
אויסער די עדה חסידים ומעריצים וואס קענען זיך שווער טרייסטן פון דעם שווערן בראך, לאזט דער רבי איבער זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א און די רעבעצין שתחי'. זיינע חשובע געשוויסטער, די ברידער כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, הרה"צ ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א, און הגה"צ ר' יואל הורוויץ שליט"א. די שוועסטערס הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר מוויען פלעטבוש שליט"א, הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר מסעליש שליט"א, הרבנית אשת הגה"צ ר' נפתלי הירצקא בערגער שליט"א ראה"כ ספינקא, און הרבנית אשת הגה"צ ר' אשר זעליג אשרי שליט"א אבד"ק בית ישכר בעריש רידזש. פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.





תגובות