תורה חגרי שק: זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל נפטר געווארן אין עלטער פון 104 יאר
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' יתרו י"ז שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דודי בראון
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים, גלה כבוד מישראל, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש. א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויפ'ן עולם התורה און ספעציעל אויפ'ן יהדות החרדית אין אייראפע, הערנדיג די טרויעריגע בשורה אז כבה נר ישראל, דער זקן ראשי הישיבות און שר התורה והיראה, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצוק"ל, ראש ישיבת הרמה לאנדאן, איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 104 יאר.
אבידה היא שאין לה תמורה, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, עס איז אוועקגעריסן געווארן דער אדם הגדול בענקים אויף וועם אזויפיל אידן האבן ארויפגעקוקט, דער גרויסער גאון וצדיק וואס האט געטראגן על לוח לבו גאנץ כלל ישראל, און זיך געזארגט אויף די עתיד הדורות יעדע איינציגסטע טאג.
דער ראש הישיבה זצ"ל - שריד לדור דעה, האט זוכה געווען צו אן אריכות ימים מופלגת פון הונדערט און פיר יאר וואס איז געווען איין לאנגע קייט פון תורה און עבודה. אלס א תלמיד מובהק פון די גרעסטע מאורי הדור, ווי דער בריסקער רב און הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקי זצ"ל גאב"ד ירושלים, האט ער געדינט ווי א בריק צום אמאל, און איז געווען א מוסטער פון א פארצייטישן גדול בישראל.
דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען א לוחם מלחמות ה' בעוז ובגבורה, זייענדיג ווי א רוקנביין פאר'ן יהדות החרדית ביי אלע מערכות ישראל, מיט'ן זיין הייליגן קאמף נישט צו דערלאזן קיין שום פשרות און קיין שום טויש אינעם דרך המסורה לנו מדור דור. במיוחד האט ער אויפגעשטורעמט כלל ישראל קעגן די גזירות החינוך אין ענגלאנד, וואס ער האט געזעהן אלס א "גזירת שמד" אויף וואס מען דארף זיך מוסר נפש זיין דערויף, אין די אלע ענינים האט ער זיך נישט גערירט פון דעם אמת פאר כל הון דעלמא, זייענדיג מקיים דעם "לא תגורו מפני איש".
באזונדער האט ער געקעמפט פאר כבוד המתים מיט א מסירות נפש, דינענדיג אין אמט אלס יושב ראש ועד להצלת בתי עלמין אין אייראפע, און צענדליגער יארן אויפגעטון גדולות ונצורות אפצוראטעווען בתי החיים לענגאויס אייראפע און איבער די גאנצע וועלט.
דערצו איז ער געווען באקאנט איבער דער וועלט מיט זיין געוואלדיגע עבודת ה', זיין צדקות, ועל כולם זיין גדלות בתורה, ווי ער האט געהארעוועט אין תורה פון יונגערהייט, און באוויזן אויפצושטעלן טויזנטער תלמידים בדרך ישראל סבא, גרייכנדיג צו יחוס עצמו אויף א געוואלדיגן פארנעם אין אלע הינזיכטן, ושמו הטוב הלך לפניו אלע יארן כולן שוין לטובה.
די לעצטע תקופה איז דער ראש הישיבה געווען היבש אפגעוואשכט, און די נאכט איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד, יעצט פארמיטאג האט ער ליידער אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה לדאבון לב זיינע טויזנטער תלמידים און גאנץ כלל ישראל וועלכע זענען אריינגעטאן באבל בכי ומספד נאך דעם שר וגדול אשר נפל היום בישראל.
די מסע הלוויה וועט ארויסגיין היינט אויפדערנאכט בשעה 7:00 פון היכל ישיבתו הרמה אויף די פעירהאלט גאס, טאקע דאס פלאץ וואו ער האט אזויפיל צענדליגער יארן זוכה געווען מרביץ תורה צו זיין און משפיע געווען פון זיין גאונות און צדקות. פון דארט וועט עס געפירט ווערן צום ענפיעלד בית החיים אין לאנדאן.
די מיטה וועט שוין אנקומען אין ישיבה ארום 5:30 נאכמיטאג וואו מען וועט זאגן תהילים ארום די מטה ביז די הספדים. מען ערווארט א ריזן ציבור וועלכע וועט קומען באגלייטן דעם גרויסן גאון ומרביץ תורה למנוחת עולם, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


