top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרעו שערי שמים: האד' מקאסאן פון ניינטע עוועניו אין שפיטאל על ערש דווי

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 16 בדצמ׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 17 בדצמ׳ 2024

מאנטאג פ' וישב • ט"ו כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

קרעו שערי שמים: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים לרפאותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון די ניינטע עוועניו אין בארא פארק, וואס געפינט זיך אין שפיטאל על ערש דווי אין גאר א שווערע מצב.


דער רבי שליט"א האט זיך נעכטן געפינען אין די מיימאנידיס שפיטאל אויף א פאראויס-געפלאנטע באהאנדלונג צוליב א חולשה, זייענדיג אין שפיטאל האט דער רבי פלוצלינג פארלוירן זיין באוואוסטזיין און די דאקטוירים ארבעטן רונדע דעם זייגער צוריק צו ברענגען דעם רבי'ן שליט"א.


דער רבי איז אויפן ארט פון די דאקטוירים אריבערגעפירט געווארן צו די קאלאמביע שפיטאל וואו א געטרייע שטאב פון דאקטוירים באהאנדלען דעם רבי'ן שליט"א, אין די צייט וואס כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם טוען מתפלל זיין לרפואתו השלימה, מרן יעקב יהוסף בן סאסיא, בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page