מוצאי שבת פ' עקב • כ' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
אוי נא לה אמרה ירושלים כי אבדה כלי חמדתה
מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה יוצא משערי עיר הקודש ירושלים, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא נהורא נפישא, מנקיי הדעת שבירושלים של מעלה, מזקני האדמורי"ם והמקובלים בקרתא דשופריא, כ"ק אדמו"ר מפאריסוב הגה"צ רבי חנניה יוסף עקיבא ראבינאוויטש זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא, וועלכער איז דעם שבת קודש נסתלק געווארן אין טיפן עלטער פון פינעף אכציג יאר.
די פטירה פונעם פאריסובער רבי'ן רופט ארויס גרויס טרויער ביי שלומי אמוני ישראל, עדת חסידי פאריסוב וואס האבן זוכה געווען לחסות בצל קדשו און זיך צו דערווארעמען לאורו הבהיר, און טויזענטער תושבי ירושלים וועלכע האבן ארויפגעקוקט אויף דעם געהויבענעם צדיק וקדוש. באזונדער איז זיין הסתלקות אן אבידה שאין לה תמורה פארן עולם הקבלה באוויינענדיג די ביטערע אבידה פון האי גאון בתורת הקבלה, מייסד רשת הכוללים 'דרכי צדק' ללימוד תורת הקבלה און האט אריינגעשיינט דעם תורת הנסתר אין די הערצער פון פילע אידן מבקשי ה' המשכימים לפתחו.
דער רבי זצ"ל איז געווען די צווייטער זון פון הגה"צ המפורסם רבי בנימין ראבינאוויטש זצוק"ל ממשכנות הרועים, חבר בית דין צדק העדה החרדית, וועלכע האט געצויגן זיין יחוס בן אחר בן צו צדיקי בית פאריסוב ביז צום ראש שושלתא קדישתא הרה"ק רבי יהושע אשר מפאריסוב זי"ע בנו הגדול פונעם יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע. דעם אנהייב יאהר חול המועד סוכות תשפ"ד האט די רבי זצ"ל ליידער פארלוירן זיין אשת נעורים הרבנית הצדקנית מרת אסתר ע"ה טאכטער פונעם מופת השקדנים הגה"צ רבי שלמה צבי אטיק זצ"ל.
די רבי האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן אדמורי"ם רבנים דיינים מורי צדק ומרביצי תורה, חתנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א, זיין איידעם הגה"צ רבי צבי אלימלך לייפער מטעמישוואר ירושלים, און די חשובע זון בנו חביבו הרה"צ רבי אברהם ראבינאוויטש איידעם פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא טעמישוואר זצ"ל, הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א פון מאנסי איידעם פון הגה"צ רבי יהושע לייפער אבד"ק באר משה פרעמישלאן, און זיין זון הרה"צ רבי יהושע אשר זצ"ל וועם די רבי האט ליידער באגלייט למנוחות בחייו, בשנת תשע"ד.
די מסע הלוי' וועט ארויסגיין היינט מוצאי שבת אום 11:00 אויפדערנאכט פון רחבת בניני העדה החרדית אויף כיכר זופניק אויפן וועג צום הר המנוחות ווי די רבי זצ"ל וועט קומען למנוחת עולמים.
אבידה היא שאין לה תמורה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Comentários