זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: אין לאנדאן הבירה איז היינט נפטר געווארן הרבני הנכבד איש חי ורב פעלים, הנגיד ר' שמואל בנימין אליעזר בערגער ע"ה מראשי ק"ק סאטמאר לאנדאן, א זוהן פון הנגיד החסיד ר' שלום צבי בערגער ז"ל אייניקל פון הנגיד המפורסם ר' געציל בערגער ז"ל, און א איידעם ביי הגאון רבי שמעון ברייש זצ"ל מראשי קהילת 'אגודת אחים' אין ציריך שווייץ, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה זייענדיג אלט 70 יאהר.
ער לאזט איבער נאך זיך א גאר חשובע שטוב מיט קינדער, א גרויס טייל פון זיי מרביצי תורה און כלי קודש, צווישן זיינע שוואגער'ס ציילן זיך די גדולי ראשי הישיבות אין ארץ ישראל, הגאון ר' אברהם יהושע סולובייציק ראש ישיבת בריסק, הגאון ר' חיים פיינשטיין ראש ישיבת עטרת שלמה, און הגה"צ ר' משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים.
ר' שמואל ע"ה איז געוועהן דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה אין לאנדאן און בפרט אין די סאטמארער קהילה וואו ער איז געוועהן פון די ראשי הקהילה, באליבט ביי יעדן מיט זיין הערכה פאר כבוד שמים און כבוד התורה. אויסער זיינע אויסטערלישע צדקות איז ר' שמואל געוועהן באקאנט אלס א תלמיד חכם "תורה וגדולה התאחדו על שולחנו" זייענדיג א מחבר ספרים און א ידען נפלא אין מערערע מקצועות התורה ווי מצוות התלויות בארץ, גבולות ארץ ישראל, קידוש החודש און נאך, ער האט זיך ערווארבן א הערצה ביי אדמור"י בית סאטמאר לדורותיהם וועלכע האבן אין יעדן געלעגנהייט ארויסגעוויזן זייער הערצה פאר ר' שמואל ע"ה. באזונדער האט ער אסאך געטון למען כבוד המתים איבערהויפט ביים בית החיים אין רעמסגעיט ענגלאנד מקום מנוחתו פון השר ר' משה מאנטיופרו ז"ל.
די לוי' גייט ארויס מארגן מאנטאג פארמיטאג פון זיין שטוב אויף פיילי עוועניו אין לאנדאן, צום ענפיעלד בית החיים וואו ער וועט קומען לקבורה בחלקת אבותיו.
Commentaires