זונטאג פ' ויצא • ל' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה צו דער געהויבענער רבי'שער חתונה וואָס וועט געפייערט ווערן אין פּשעוואָרסקער הויף אין אַנטווערפּן קומענדיגן מיטוואָך הבעל"ט למז"ט. עס וועט גיין אונטער דער חופה בשעה טובה ומוצלחת החתן בנש"ק בן הרה"צ רבי דוד צבי הירש מייזליש שליט"א, בן הגה"צ רבי בעריש שליט"א מווייטצען לאָנדאָן לרפו"ש וחתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. עב"ג די כלה תחי', א טאכטער פון הגה"צ רבי אלעזר פריעדמאַן שליט"א, מו"ץ בקיט"ל סאַטמאַר אַנטווערפּן, בן הגה"צ רבי ברוך אברהם שליט"א דומ"ץ סאַטמאַר העריסאָן, חדב"נ כ"ק מרן אדמו"ר מפּשעוואָרסק שליט"א.
די גרויסע שמחה האט זיך אנגעהויבן דעם שבת קודש פרשת תולדות ביים שמחת האויפרוף אינעם גרויסן קרעטשניפער ביהמ"ד אין ירושלים עיה"ק, בצלו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. וואו אַ גרויסער ציבור חסידים מרחבי ארה"ק, האבן זיך משתתף געוועהן אין דער גרויסער שמחה.
נעכטן מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער שמחת הפארשפיל בתופים ומחולות, וואו מערערע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה האבן באשיינט די שמחה, צווישן זיי האדמורי"ים מדושינסקיא, סקולען ירושלים, ביאלא בני ברק, קאמארנא ירושלים, קאסאן בני ברק, אב"ד טשערנאביל אלעד, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד באבוב בת ים, אבד"ק צאנז טשאקאווא און נאך.
די גרויסע חתונה וועט אי"ה געפייערט ווערן קומענדיגן מיטוואָך פרשת ויצא אין פּשעוואָרסקער הויף אין אַנטווערפּן, וואו עס ווערט דערוואַרט אַ ריזן ציבור משתתפים, חסידים ומעריצים, קרובים ובני המשפחות, וואָס וועלן קומען מיטהאַלטן די גרויסע שמחה, ובראשם דער זיידע פונעם חתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-ירושלים שליט"א וועלכע לאזט זיך היינט ארויס אין וועג קיין אנטווערפען לפאר על ראש שמחתו.
דער קבלת פנים וועט פאָרקומען אין פּשעוואָרסקער בית המדרש. די חופה אויף דער גאַס פאָרנט פונעם ביהמ"ד און די חתונה אין זאַל פון "בית רחל". אויך שבת שבע ברכות וועט אָפּגעראָכטן ווערן אין אַנטווערפּן בצל קדשו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מפּשעוואָרסק שליט"א, און מוצאי שבת וועט געפראוועט ווערן די צענטראלער שמחת השבע ברכות ביים סעודת מלוה מלכה בחצר הקודש פשעווארסק.
די זיידע די קרעטשניפער רבי שליט"א וועט זיין צוגאסט אין אנטווערפען אין לויף פון די וואך און וועט האבן די אכסניא בבית הרה"ח ר' חיים יאקאב ז"ל מחשובי חסידי קרעטשניף אין אנטווערפען, דאנערשטאג וועט זיך דער רבי ארויסלאזן קיין לאנדאן וואו דער רבי וועט פראווען א גרויסן שבת אינעם היימישן סטעמפארד הילל געגנט, און נאך שבת וועט דארט - אין לאנדאן פארקומען די שבע ברכות לרגל השמחה במעונו פונעם רבי'ן שליט"א צוגעשטעלט דורך התאחדות תלמידי וחסידי קרעטשניף אין לאנדאן.
Comments