שיינעם באזוך פון גאב"ד זוועהיל ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לרגל השמחה במעונו
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

לקראת די היינטיגע חתונה במעונו פון כ"ק גאב"ד זוועהיל שליט"א איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, איינצולאדענען און מקבל זיין ברכתיו הטהורות לכבוד די שמחה, וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין ביתר. דערביי איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס ביי וועלכן דער זוועהילער רב שליט"א האט אויסגעפרעגט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איבער זיינע זכרונות פונעם זיידן הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהילער זי''ע וועם ער האט נאך זוכה געווען צו קענען, און דערצו האט רבי יעקב מאיר דערציילט גאר שיינע זכרונות פון הרה"ק רבי מרדכי מזוועהיל זי''ע בעל יוקרא מלכא וואס איז געווען א שכן טוב פון די שעכטער משפחה אין מאה שערים. נאכן מעיין זיין אינעם הזמנה האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן דעם רב שליט"א לכבוד די שמחה במעונו, ונפרדו לשלום.










