top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקיים בנו חכמי ישראל • תפילות פאר האד' מטשארנאביל וועלכער גייט היינט דורך אפעראציע

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 26 במרץ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 28 במרץ 2024

דינסטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך


העתירו אל ה': כלל ישראל איבער די וועלט טוען מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט היינט אדורצוכגיין א אפעראציע אין איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.


דער רבי שליט"א, וועלכער ליידט שוין די לעצטע פאר יאהר פון פארשידענע מיחושים אויפן מאגן, וועט היינט דורכגיין א אפעראציע צו פארבעסערן דעם מצב. דער ציבור איז מתפלל אין מרבה בתפילה לרפואתו השלימה פון מרן אברהם יהושע העשיל בן בלומא טויבא, די אפעראציע זאל אדורכגיין כשורה, און די רבי זאל אהיימקומען געזונטערהייט אינגיכן מיט פרישע כוחות.

תגובות


bottom of page