מעמד שריפת הפתילות בראשות המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן ביים ציון פון הגה"ק רבי יצחק גברא זצ"ל אין דערפל עג'ור
- בחצרות הקודש

- 11 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 12 בינו׳
מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יעקב לדרמן
פארלאפאנעם דאנערשטאג ביום המסוגל זאת חנוכה האט המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב פוקד געוועהן דעם ציון פון הגה"ק רבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור מגדולי חכמי תימן, וועלכע ליגט אינעם דארף עג'ור, א דערפל נישט ווייט פון בית שמש, אין זיין ציון איז אין די לעצטע יאהרן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות ווי אידן האבן געזעהן גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע.
דער משפיע האט דארט אפגעהאלטן א מעמד תפילות רבים לישועתן של ישראל, נאכגעפאלגט מיטן 'שריפת הפתילות' ברוב עם הדרת מלך, וואו ער האט משמיע געוועהן דברי התעוררות און דערנאך אנגעצינדן די מדורה און אריינגעווארפן די אפגעברענטע פתילות אינעם פייער. גלייך דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד בעת דער משפיע שליט"א האט מעודד געווען די ריקודין און די ניגונים מיט א געוואלדיגן ברען און התרגשות.


















תגובות