צדיק גוזר: ריבוי שידוכים ביי חסידי צאנז ביום 'אגרות שניות' נאך וואס האד' מצאנז איז מרעיש עולמות פארלאפענעם פורים
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ביי חסידי צאנז איז דאס געשפרעך פון טאג די בשורות משמחת פון צוויי שידוכים געשלאסן ביום אגרות שניות, כ"ג סיון, ווען אן עלטערער בחור און אן עלטערע מיידל זענען געקומען בברית האירוסין, נאך וואס כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט מרעיש עולמות געווען פאר זיי פארלאפענעם יו"ט פורים.
ווי באריכטעט בשעתו האט דער רבי שליט"א היי-יאר פורים ביים שלחן הטהור, כטוב לב המלך ביין, אין א זעלטענעם שריט זיך אנגערופן צו הרה"ג ר' ישראל חיים בלומענטאהל, מנהל ארגון שמחם לעניני שידוכים, ביים איבערגעבן די רשימה פון אלע עלטערע בחורים וואס זענען מצפים לישועה, פרעגנדיג פארוואס איז היי-יאר דא אזא לאנגע רשימה?
דער רבי האט דאן אויסגערופן צום גאנצן ציבור איבער דעם פליכט וואס ליגט אויף יעדן איינעם צו טון אין שידוכים און העלפן מרבה זיין שמחות אין אידישע שטובער, זיך אויסדרוקנדיג דערביי מיט גאר זעלטענע און הפלגות'דיגע לשונות און ברכות, צווישן אנדערע אז ווער ס'וועט טון אין שידוכים זאגט ער צו ביידע וועלטן!
א רירנדע מחזה איז דאן געווען בפני קהל עם ועדה, ווען עס זענען דאן ארויף צום רבי'ן צוויי אידן וואס האבן געהאט עלטערע קינדער אין שטוב, און איינגעריסן ביים רבי'ן אויסנוצנדיג דעם עת רצון אז דער רבי זאל משפיע זיין א ישועה, און מ'זאל בקרוב הערן גוטע בשורות.
הברכה ללהב יצאה, דעם רבי'נס וויי-געשריי און זעלטענע ברכות מעומק לבו הטהור האט אויפגעקאכט א גרויסע שטורעם איבער דעם נושא ביים גאנצן ציבור חסידי צאנז.
וואונדערליך איז געווען ווען דעם כ"ג סיון, ביום מסוגל ווען ס'איז געשריבן געווארן די "אגרות שניות", לעשות ליהודים כטוב בעיניכם, האבן די צוויי אידן א שידוך געטון, עס איז געווארן א חתן הבחור בצלאל רייכמאן פון 29 יאר אלט, און באזונדער איז געווארן א כלה, אן עלטערע מיידל פון 28 יאר, וואס ביידע האבן געטון ב"ה גאר הערליכע אן פאסיגע שידוכים בשעטומ"צ.
באזונדער איז באקאנט געווארן נאכ'ן שידוך אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט עטליכע חדשים צוריק, איידער ווען דער פרישער חתן בצלאל רייכמאן איז אריין בקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א, אנפרעגן בנוגע לאזן זיין יונגערן ברודער א חתן ווערן פאר אים, האט דער רבי אים געזאגט אז דו האסט שוין מסתמא געטון אסאך סגולות, אבער איין סגולה האסטו נאכנישט געטון, דאס איז מוותר זיין פאר דיין ברודער, ער זאל שוין קענען אויסהערן שידוכים.
בצלאל האט אויפ'ן פלאץ מוותר געווען, זיין ברודער איז טאקע א חתן געווארן, און יעצט, בלויז 10 טעג נאך די חתונה פון זיין יונגערן ברודער, איז ער זעלבסט א חתן געווארן, און ס'איז נתקיים געווארן במילואו ברכת הצדיק.
ומה גדלו מעשיך ה', ווען דער שידוך איז טאקע צושטאנד געקומען נאר אדאנק דער שידוך פונעם יונגערן ברודער, וואס ביי די שבת שבע ברכות וואס איז אפגעראכטן געווארן אין קרית צאנז, איז דארט געווען אויף שבת צוגאסט איינער פון די אנדערע צד, און ער האט דארט געזען דעם עלטערן ברודער, וואס מ'האט שוין געהאט אנגעטראגן פאר איינעם פון זיינע משפחה מיטגלידער, דער איד איז זייער נתפעל געווארן פון אים במשך דעם גאנצן שבת, און ער האט באשטעטיגט אז מ'קען גיין ווייטער מיט'ן שידוך, וואס איז טאקע געשלאסן געווארן בלויז אייניגע טעג דערויף.

