top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר איז מעורר איבער שערורי' מיט ספרי תורה געשריבן דורך "תיקון הורוויץ"

דאנערשטאג פ' ויקרא • י"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם פארלאפענעם שבת ביים עריכת השולחן אין קרית יואל פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס דער רבי שליט"א האט געפירט מיט די בחורים ווי יעדע וואך, האט דער רבי שליט"א איבערראשט די בחורים ווען אינמיטן די סעודה האט דער רבי געגעבן א שמועס פאר די בחורים איבער די לעצטיגע שערוריא איבער דעם תיקון הורוויץ וואס די רבי האט שוין כמה פעמים מעורר געוועהן בשער בת רבים.


דער רבי שליט"א האט געזאגט אז בחורים מעגן דאך וויסן אידישע נייעס, וועט ער דערציילן וואס גייט פאר מיט דעם פרישן שערוריא. דער רבי האט אין קורצן מסביר געווען וויאזוי עס גייט צו ווען א סופר שרייבט א ספר תורה, מען דארף נאכשרייבן פון א צווייטע ספר תורה און אין די לעצטערע יארן האט מען מחדש געווען אז עס איז דא א תיקון סופרים פון וואס די סופרים שרייבן נאך.


לעצטנס איז ארויסגעקומען דער תיקון הורוויץ וואס איז ליידער שטארק גרייזיג. די מעלה פארוואס די סופרים האבן געזוכט צו שרייבן מיט דעם תיקון איז געווען ווייל ביי יעדן שם קודש האט ער עס געמאכט מיט גאלדענע אותיות וואס שפרינגט ארויס און איז גרינגער צו באַמערקן אַז דא דארף מען מקדש זיין דעם שם.


די טעותים וואס זענען דא אין דעם תיקון זענען פילע פארטוישטע אותיות ווי פון א ט' האט ער געמאכט א ת' אדער א ה' וכו'. פילע שמות וואס מען דארף מקדש זיין און עס איז נישט אנגעצייכנט, דאָס זענען זאכן וואס מיט א קאמפיוטער בדיקה קען מען דאס נישט באמערקן.

דער רבי האט אויסגעפירט אז יענעם וואך זענען געקומען רבנים פון ווייטערע קרייזן און מען האט אינאיינעם געארבעט אויף א מהלך וויאזוי צו ברענגען א לעזונג צו דעם פּראבלעם.

די דברות קודש פון האד' מסאטמאר ביי א שבע ברכות פאריגע וואך פון א אייניקל וואו די רבי האט מעורר געוועהו איבער די פרישע שערוריה מיט די באקאנטע תיקון סופרים - תיקון הורוויץ



Commentaires


bottom of page