top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים לקראת די ימי השמחה במעונו

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר‎

 

נעכטן מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אנגעקומען אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי בראש קהל חסידיו לקראת די חתונה פון א אייניקל וואס קומט פאר די קומעדיגע וואך. די רבי שליט''א איז צוגעפארן מיטן קאר ביז צום רחבת הכותל וואו עס האבן שוין געווארט די הונדערטער חסידים, מען האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב, נאך מעריב האט מען געזאגט ספר רביעי אין תהילים ווי די רבי האט יורד געווען לפני התיבה,און פארגעזאגט שיר המעלות ממעמעקים פסוק בפסוק מיט גרויס התעוררות. דערנאך האט זיך די רבי אויסגעדרייט צום עולם און מען האט געזינגען ניגוני צפייה לגאולה. אויך האט די רבי שליט''א געהייסן זינגען ניגוני בקשת רחמים, ויהיו רחמיך מתגוללים, און מדת הרחמים עלינו התגלגלי מעורר צו זיין רחמי שמים אין די יעצטיגע שווערע זמנים.


דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד לענגאויס דעם רחבת הכותל אינאיינעם מיט בנו הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א  - אבי הכלה און מיט די אייניקלעך. נאכדעם וואס די גאנצע ציבור האט פארלאזט די כותל איז די רבי שליט"א פארבליבן אויפן ארט א משך זמן און שופך שיח געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט. שפעט באנאכט איז די רבי ארויף לבמרומי הר הזיתים וואו די רבי האט מתפלל געוועהן ביי די ציונים הק' פונעם פעטער הרה''ק בעל דמשק אליעזר מוויז'ניץ זכר צדיק לברכה, ביים אהל אדמו''רי בית ראחמיסטריווקא און ביים ציון פונעם שווער הגה''צ גאב"ד שטראסבורג זכר צדיק לברכה, דערנאך איז די רבי אראפ צום ציון פונעם אור החיים הק' וואו די רבי האט זיך פארזוימט א לענגערע וויילע.



Comments


bottom of page