מיגון לשמחה • התרגשות'דיגע געגועים ביי חתונה אין הויפן פון קאסוב - קאסאן לעיקוואד - ווייטצען
- בחצרות הקודש

- 20 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
בחדוה דקדושה איז געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחה אין די קאסובער הויף, די חתונה פון החתן א אייניקל פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר בעל 'עבדא דמלכא' מקאסוב זצ"ל הכ"מ בנישואי נכדו למזל טוב, דער חתן איז א זון פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' ישכר רובין שליט"א אבד"ק קאזניץ סיגעיט, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גינענדל זאל אין לעיקוואד.
די גרויסע שמחה האט אויפגעברענגט התרגשות'דיגע געגועים ביי חסידי קאסוב, מיטהאלטענדיג די ערשטע שמחה זינט עס איז געווען חשכו המאורות, מיטן הסתלקות פונעם רעיא מהימנא קדישא, וועלעכע קומט צום ערשטן מאל אראפ משמי מעל לשמחת צאצאיו.
קיין אויג איז נישט געבליבן טריקן בשעת די מעמד החופה ווען מען האט געזינגען די ניגוני התעוררות ודביקות לבית קאסוב און ביי יעדער פון די משתתפים איז ארויף אין זכרון דמותו המאירה פונעם גרויסן זיידן דער רבי זצ"ל. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די עלטער פעטער פון חתן הגה"צ אב"ד קאסוב זאליטשיק שליט"א, קריאת הכתובה די עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א, מיט ברכות ראשונות, די זיידע פון כלה הגה"צ אב"ד ווייטצען שיקאגא שליט"א, און די פעטער'ס פון חתן הגה"צ רבי אהרן שפירא אב"ד נאראל, און הגה"צ ר' משה שמעון וואזנער שליט"א אב"ד שאטו פארק לעיקוואד, ברכה אחריתא די זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א.
אין לויף פון די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן בראש המסובים האדמורי"ם מבאבוב-45, ראחמיסטריווקא לעיקוואד, ראחמיסטריווקא אוקענוויין, סקולען לעיקוואד, קאסאן, פארשעי, קאסאן הילקרעסט, דאמבראווא, אב"ד ברעזשאן, ראש הישיבה הגאון רבי ירוחם אולשין און נאך פיל.
בשעת די ריקודין ביים שמחת החתונה איז פארמירט געווארן א שיינעם רינג וואו חסידי קאסוב פון נאנט און ווייט האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א איז געטאנצן מיט די חתן און מחותנים בעת די ציבור הייבט זיך מיט די הייליגע אויסגעווייקטע ניגונים אויף וואס דער רבי זצ"ל פלעגט קאכן באש להבה, אויך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיטן פעטער הגה"צ אב"ד קאסוב זאליטשיק שליט"א, דערנאך איז אריינגעקומען די פעטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב פון לעיקוואד שליט"א און איז געטאנצן לעבעדיג מיט די חתן און מחותנים און א באזונדערע ריקוד מיטן ברודער די קאסובער רבי שליט"א.
נאך די ריקודין האט מען צוגעטרעטן צום מצווה טאנץ, צום ערשט איז געטאנצן די זיידע די קאסאנער רבי פון לעיקוואד, דערנאך די זיידע אבד"ק ווייצטען וועלכע האט איידערן טאנצן ארויסגעברענגט רגשי לבבו ווען מען פאנגט יעצט אן א פרישע קייט פון שמחות שטייענדיג ביים חתונה פונעם ערשטן אייניקל. דערנאך די פעטער'ס האדמו"ר מסוליצא און אבד"ק קאסוב זאליטשיק. מען האט דאן אויפגערופן די גאסט פון ארץ ישראל הגה"צ אבד"ק נאראל שליט"א, ווען בעפאר זיין טאנץ האט מען געהערט דברי ברכה דורכ'ן טעלעפאן פונעם עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א וועלכע האט זיך מיטגעפרייט ביי די שמחה, און איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר חתן וכלה מריחוק מקום וקירוב הלב.
דערנאך זענען געטאנצן די ברודער האדמורי"ם והרבנים לבית קאסוב יעדער באזונדער לפני הכלה, און דערנאך די אנדערע פעטער'ס און מחותנים, די שמחה האט זיך געשלאסן מיט די ריקוד 'אין כאלוקינו' כנהוג בבית קאסאן און ווייטצען.


















































תגובות