top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 בפבר׳ 2024
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: 16 בפבר׳ 2024


ree

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


כבוד תלמידי חכמים • פארלאפענעם וואך ווען הגה"צ רבי שלום פריעדמאן סגן גאב"ד לאנדאן האט זיך משתתף געוועהן ביים טיש פון האד' ממכנובקא בעלזא אין לאנדאן, ווי ער איז מכובד געווארן צו זאגן די שבע ברכות נאכן בענטשן, עס איז געוועהן אן ערהאבן בילד ווי האד' ממכנובקא בעלזא בכבודו ובעצמו האט געהאלטן דער מייק פארן רב מיט א זעלטענעם פשטות.

ree

כאחד האדם • האדמו"ר מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי אינעם ניוארק לופטפעלד אויפן וועג קיין ארצינו הקדושה צום חתונה בבית גיסו האדמו"ר מזוועהיל.

ree

וראו כל עמי הארץ • א מעשה פלא פארציילט דורך הדאמו"ר מאודווארי בדידי הווה עובדא.


נאסטאלגיע • הרבנים לבית בריסק אין א שמועס ביי א משפחה שמחה, ווערט געזעהן פון לינקס צו רעכטס: הגאון רבי משולם דוד סולוביציק ראש ישיבת בריסק, הגאון רבי מאיר סולוביציק ראש ישיבת ברסיק (אחווה) אין יבלחט"א הגאון רבי אברהם יהושע סולוביציק ראש ישיבת בריסק.


האד' מקהל חסידי ירושלים ביים מבקר חולה זיין הרה''ח ר' נח בראנדוויין נאכן פארוואונדערט ווערן ביי די שטורמישע מחאות די וואך קעגן די גזירות ניתוחי מתים אין ירושלים.

ree

הגה"צ גאב"ד קארלסבורג האט קרישקעס באמערקט די וואך אינעם לוד לופטפעלד אנקומענדיג קיין ארה"ק לרגל די חתונה פון א אייניקל.

ree

שטרענגע ווארענונג ביים חתונה די וואך בשמחת בית טשערנאביל - זוועהיל נישט צו כאפן קיין בילדער בפקודת הקודש פון האד' מטשערנאביל.

ree

האד' מבאבוב אין א שמועס מיט הרה"ח הישיש ר' יחזקאל גליק שו"ב נאך תפילת שחרית במקום הנופש אין מיאמי.

ree

האדמו''ר מוויזניץ דינט אלס שליח ציבור ביי מנחה אויפן פליגער צוריק קיין ארץ ישראל לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית ע"ה, ווערט געזעהן האד’ מקאליב ארה’’ק.


האד' מסאטמאר אין א שמועס מיט הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום רוקח פון לעיקוואד פארנט פון ביתו נאווה קודש אין קרית יואל.

ree

הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש בקודש פנימה ביי הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואו די רב האט געזינגען דעם פארצייטישן ניגון "אויף דעם זאגט די תורה, די האב נישט קיין מורא, איך וועל דיר העלפן גיב זאך נאר א בייג. געדענק דעם אלטן גנב, אשר קרך ויזנב, מחה תמחה את זכר עמלק.


חסידי באבוב 45 געזעגענען זיך פון האד' מבאבוב 45 ביים פארלאזן בני ברק.


דעם רבי'נס יונגעלייט • קאמפיין די וואך לטובת די כוללי אברכים דחסידי צאנז קלויזנבורג.

ree

הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בנו בכורו פון האד' מסערט וויזניץ ביים מבקר חולה זיין ביי פארוואונדעטע זעלנער אינעם שפיטאל אין חיפה.

ree

האדמו"ר מאשלג ווערט געזעהן די וואך אויף א תפילה אין אתרא קדישא מירון אין שאטן פונעם מלחמה צושטאנד אין צפון ארץ ישראל.

ree

האדמור"ים מסערט וויז'ניץ אין סטריקוב ביים מנחם אבל זיין הרב חנוך סגל ראש הקהל באבוב-45 בארה"ק על פטירת אשתו ע"ה.

ree

האדמו"ר מבאבוב 45 ביים עוסק זיין בתורה באלד נאכן אנקומען אויפן קורצן באזוך די וואך אין ארץ ישראל, בבית האכסניא אין שטוב פון הרב יעקב יוסף שלאף אין ירושלים.

ree
ree

די לעגענדארע משב"ק בחצר הקודש וויז'ניץ ר' יוסף שמעון שעכטער ביים אפירזוכן די טונעלן אונטער די ליובאוויטשע הויפטקוואטיר אין 770.

ree

האדמו"ר מהרי"ד מלעלוב שליט"א וואס איז די וואך אנגעקומען אויף א באזוך אין ניו יארק ווערט געזעהן ברחובה של עיר בארא פארק מיטן גבאי'ן הרב משה יהודה פישל.

ree

העסקנים ר' שמעון גולדברג און ר' משה פרוש פון בית שמש ביי הגאון רבי שאול אלתר אין בעפארברייטונג צו די לאקאלע וואהלן.

ree

האד' מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי ביים ציון הק' פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אויפן הר המנוחות וואו איינער פון די חסידים האט אריינגערופן מיט א הזכרה.

ree

א הזמנה צו א רבי’שע חתונה מיט א ספעציעלע בארקאוד צו קענען אריין סקענען די דאטום פונעם חתונה אינעם לוח.

ree

האדמו"ר מזוטשקא אמסנא אין א שמועס מיט הגאון רבי מרדכי גראס גאב"ד חניכי הישיבות אנקומענדיג אינעם לופטפעלד אין שטאט לאנדאן.

ree

די סקיצע פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אהרן אין טבריה בראשות הגה"צ רבי משה קאהן מלפנים אב"ד תולדות אהרן לאנדאן.

ree

די נייע שטוהל וואס איז געקויפט געווארן צום ביקור המרומם פון האד' מוויז'ניץ (מרכז) דעם קומענדיגן שבת ויקהל אין שטאט לאנדאן נדבת הנגיד ר' ישראל שלום טויב.

ree

די הונדערטער בחורי חמד תלמידי ישיבת וויז'ניץ (מרכז) אין א ריקוד נאך א תפילה די וואך ביים כותל המערבי.


ראש הישיבה הגרב"ד פוברסקי ביים מאלן ווייץ לקראת חג הפסח פאר די רשת הכוללים כתר תורה תחת נשיאותו פונעם ראש ישיבה.


בן יכבד אב • הרה"ג רבי יצחק צבי בעקער בן האדמו''ר מאוזרוב ביים אויפרופן זיין פאטער צו מצוה טאנץ ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.

ree

האד' מטעמעשוואר ביים מעמד ההדלקה אין אתרא קדישא מירון, נאכן פראווען א דערהויבענעם שבת ביים ציון הרשב"י.


העסקן הרב חנוך זייברט וועלכע לויפט פאר מעיאר פון בני ברק ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האד' מבאבוב 45 די וואך אין בני ברק.

ree

בית שמש מעיאר קאנדידאט משה אבוטבול באזוכט ביי הגה''צ רבי נפתלי מנחם ווייס אבד"ק ספינקא בית שמש אין בעפארברייטונג צו די בחירות די קומענדיגע וואך.

ree

נעים זמירות ישראל ר' מאטי אטיאס בקודש פנימה ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים ליינען זיין האנט פלאך כדרכו אין ווארעם אנגעוואונטשן.

ree

האדמו"ר מספינקא רמת אהרן אויף א תפילה ביים ציון הק' אין אהל אדמור"י בית ליובאוויטש אין קווינס.

ree
ree

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יעקב אליעזר כהן הי"ו משב"ק האדמו"ר ממונקאטש לרגל שמחת נישואי בתו למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הנגיד ר' יוסי איצקאוויטש פון די בארימטע טויס-4-יו, לרגל די ה בר מצוה פון זיין זוהן, אינעם בילד: האד' מסאטמאר ביים אנוואונטשן מזל טוב.

ree

תגובות


bottom of page